די בלוטיקע טראַגעדיע חזרט ווידער זיך איבער — דאָס מאָל אונטערן נאָמען „אָפּעראַציע פֿעלדזנפֿעסט‟ (צוק איתּן) קעגן דעם ראַקעטן־טעראָר פֿון „כאַמאַס‟ און זײַנע אונטערערדישע טונעלן. אַ באַנײַטע רונדע פֿון דעם פֿאַרכּישופֿטן ראָד פֿון דער אַקטיװער מלחמה און דעם פֿיקטיװן שלום.
ווי לאַנג איז עס דען, ווי איך האָב מײַן אַרטיקל אין „פֿאָרװערטס‟ פֿון 25סטן נאָוועמבער 2012 וועגן דער „אָפּעראַציע וואָלקנזײַל‟, באַקרוינט מיטן קעפּל „ביז דער קומענדיקער מלחמה‟? איז אָט האָבן מיר זי, די „קומענדיקע מלחמה‟.
אויך יענע מלחמה, װער עס געדענקט נאָך, איז געווען אַ מלחמה פֿון ראַקעטעס, מיט וועלכע דער „כאַמאַס‟ האָט פֿונעם עזה-שטרײַף טעראָריזירט די ישׂראלדיקע ייִשובֿים אויפֿן דרום, און נישט נאָר אויפֿן דרום. זי האָט געדויערט בלויז אַכט טעג און איר אָפֿיציעלער נאָמען איז געװען „מבצע עמוד ענן‟ — „אָפּעראַציע װאָלקנזײַל‟ (װאָס איז, אין משך פֿון אירע אַכט טעג געװאָרן אַ װאָלקנבראָך).
אויך יענע קורצע „אָפּעראַציע‟, אַזוי װי כּמעט אַלע אַנדערע פֿון דעם פֿאַרנעם, איז איבערגעוואָקסן אין אַ מלחמה, מיט אַלע אירע אייגנשאַפֿטן און קאָנסעקווענצן. נאָך אַ פֿאַרכּישופֿט ראָד אין דער לאַנגער קייט פֿון פֿאַרכּישופֿטע רעדער פֿון טעראָר און מלחמה, מיליטערישע אַקציעס און אָפּעראַציעס מיט אַלע זייערע באַגלייט-דערשײַנונגען און אויסװירקונגען. זײ זײַנען רעזומירט אין דעם קעפּל איבער דעם איצטיקן אַרטיקל, און מיר ברענגען אים דאָ װי אַ מעטאַפֿאָרישע פּאַראַפֿראַזע פֿון, להבֿדיל, אַבֿרהם סוצקעװערס פּאָעמע „בײַטאָג אַ לװיה, בײַנאַכט אַ קאָנצערט‟…
עס איז דאָך איבעריק צו דערמאָנען, אַז אין די 67 יאָר פֿון איר אומאָפּהענגיקער עקסיסטענץ געפֿינט זיך „מדינת־ישׂראל‟ אין אַ פּערמאַנענטן פּראָצעס פֿון אויפֿבוי און פֿאַנאַנדערבוי. אָבער אין דער זעלבער צײַט, און גאָר באַזונדערס אין די 46 יאָר זינט דער 6־טאָגיקער מלחמה, געפֿינט זי זיך אין אַ מלחמה־צושטאַנד, מיט כּסדר זיך איבערחזרנדיקע פֿײַער-איבעררײַסן און קורץ־דויערנדיקע פּויזעס פֿון שטילשטאַנד.
אַ פֿאַרכּישופֿט ראָד פֿון העצע און שׂינאה, און מאָרד, טעראָר און קעגן-טעראָר — ביז קריגס-אַקציעס און מלחמה — באַגלייט פֿון דער אידעאָליזאַציע, פֿון כּוח, פֿון נקמה און מיליטאַנטישע אויסנאַם-געזעצן, װי אַ געלעגנהייט פֿאַר די פּאַטענטירטע „פּאַטריאָטן‟ צו דערשטיקן דעם פֿרײַען געדאַנק דורך אָנװענדן אַ געזעלשאַפֿטלעכן טעראָר פֿון טאַדלונגען און באַשולדיקונגען אין פֿאַרראַט פֿאַר יעדן אויסדרוק פֿון אַנטי-ראַסיסטישער און אַנטי-מיליטאַריסטישער אָדער אַנטי-משיחיסטישער קריטיק. און צום סוף, מיט טעותן און דורכפֿאַלן און מלוכישע אויספֿאָרש-קאָמיסיעס. און מיט אַלע אַנדערע אויסווירקונגען פֿון דער מלחמה-אַטמאָספֿער…
מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות אין 23סטן טאָג פֿון דער „אָפּעראַציע‟. מיט צװײ טעג צוריק איז געבראַכט געװאָרן פֿאַרן קרײַז-געריכט אין ירושלים דער 29־יאָריקער יוסף חיים בן-דוד פֿון דער קאָלאָניע „אדם‟ אויף די „שטחים‟, מיט זײַנע צװײ מינדער־יעריקע (16־יעריקע) שותּפֿים צום אַכזריותדיקן מאָרד פֿון דעם 9־יאָריקן אַראַבישן ייִנגל מוכאַמעד אַבו כאַדיד פֿון דעם פּליטים־קוואַרטל שואַפֿאַט אין מיזרח-ירושלים, װעלכן די דרײַ יונגע־לײַט האָבן דערהרגעט, װי אַ נקמה קעגן דעם מאָרד פֿון די דרײַ ייִדישע ייִנגלעך אויף דער זײַט מויער פֿון דער ראַסיסטישער שׂינאה. װערנדיק אַרײַנגעפֿירט אין געריכט-זאַל צום אויסהערן דעם באַשולדיקונגס-אַקט, האָט דער באַשולדיקטער מערדער אויסגעשריִען: ׳איך בין משיח בן דוד, איך בין משיח!‟
זײַן אַדװאָקאַט האָט געטענהט פֿאַרן ריכטער, אַז דער באַשולדיקטער איז נישט בײַם קלאָרן זינען, און ער ווייסט נישט, װאָס ער רעדט. אָבער אויף דער פֿראַגע פֿון דעם ריכטער האָט דער באַשולדיקטער געענטפֿערט, אַז ער האָט גוט פֿאַרשטאַנען אין װאָס ער װערט באַשולדיקט, און אַז ער איז בײַם פֿולן קלאָרן באַװוּסטזײַן. אַזוי האָבן אויך דערקלערט זײַנע צװײ 16־יעריקע געהילפֿן.
יאָ, פֿאַר די אַדװאָקאַטן איז דער פּסיכישער צושטאַנד דער בעסטער מאָטיװ צו פֿאַרטײדיקן זייערע פּאַטענטן און צו באַפֿרײַען די מערדער פֿון אַחריות פֿאַר זייערע פֿאַרברעכנס. נאַציאָנאַלע סאָלידאַריטעט אין אַ פֿאַרטײדיקונגס-מלחמה איז אַ געזונטער אינסטינקט פֿון אַן אָנגעגריפֿענעם פֿאָלק. אָבער ווען דער דאָזיקער געזונטער אינסטינקט ווערט אויסגענוצט דורך די אומגעצוימטע פֿאַנאַטיקער װי אַ פֿרוכטיקער באָדן פֿאַר זייער שאָװיניסטיש-ראַסיסטישער העצע, װערט די העצע לײַכט פֿאַרװאַנדלט אין דעם שװעבעלע, װאָס צינדט אָן דאָס פֿײַער פֿון דעם מאַסן-פּסיכאָז, פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן עקסטאַז.
ראַסיזם און קאָלעקטיװע שׂינאה זײַנען עפּידעמישע קראַנקײטן, װאָס װירקן אָנשטעקנדיק, באַזונדערס אין קריטישע צײַטן.
עס איז קײן ספֿק נישט, אַז דער איצטיקער בלוטיקער קריזיס איז אַ דירעקטער רעזולטאַט פֿון דעם צוזאַמענברוך פֿון דער שלום-איניציאַטיוו פֿון דזשאָן קערי, װאָס איז טאָרפּעדירט געװאָרן דורך די צדדים. דורך וועלכן פֿון זיי? — דאָס געהערט שוין צו דער פּאָליטישער אינטערפּרעטאַציע פֿון יעדן צד, װאָס װאַרפֿט אַרויף, װי געװײנטלעך, די שולד אויף דעם אַנדערן.
װען עס האָט שוין געהאַלטן, דעם 29סטן אַפּריל ד”י, דעם לעצטן טאָג פֿון דער 9 חדשימדיקער שלום-שװאַנגערשאַפֿט ממש אָט-אָט-אָט בײַם חתמענען אַ ראַמען-הסכּם פֿאַר קאָנקרעטע פֿאַרהאַנדלונגען, האָט די שװאַנגערשאַפֿט געמפּלט, און יעדער צד האָט אַרויסגערוקט אַ נײַעם באַדינג, אַ נישט אָננעמלעכן פֿאַר דעם אַנדערן צד, די פֿאַרהאַנדלונגען פֿאָרצוזעצן. די שװערסטע שטרויכלונגען זײַנען אָבער געווען די פּראָװאָקאַטיווע בוי-פּראָיעקטן פֿון דעם מיניסטער פֿאַר וווינונגס-בוי אורי אַריאל אין די קאָלאָניעס אויף די אָקופּירטע שטחים; און אונטערן דרוק פֿון מיניסטער נפֿתּלי בענעט, דעם מיליטאַנטישן מנהיג פֿון „הבית היהודי‟, האָט נתניהו מבֿטל געמאַכט דאָס באַפֿרײַען די 43 פּאַלעסטינער טעראָריסטן-אַרעסטאַנטן, װי דעם לעצטן אַקט אין די ראַמען פֿון דעם פֿריִער אונטערגעשריבענעם אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער.
אין אָט דער געשפּאַנטער אַטמאָספֿער אין די באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער זענען דרײַ ייִדישע יוגנטלעכע געװאָרן „געקידנעפּט‟ אין גוש־עציון, און נתניהו האָט געעפֿנט אַ העפֿטיקע העץ-אַטאַקע קעגן אַבו מאַזענען, אַרויפֿװאַרפֿנדיק אויף אים די פֿולע אַחריות פֿאַר דער פֿאַרכאַפּונג, נישט געקוקט דערויף, װאָס דאָס איז געשען אויף דעם טייל פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אויף וועלכן דער קאָנטראָל איבער דער זיכערהייט איז אונטער דער עקסקלוסיווער אַחריות פֿון מדינת-ישׂראל.
גראָד אין אָט דער צײַט האָט אַבו מאַזען זיך אויסגעצייכנט ווי אַן אַחריותפֿולער מנהיג, וועלכער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן דעם דרוק פֿון דער פּאַלעסטינער „גאַס‟, און האָט עפֿנטלעך געטאַדלט אויף אַראַביש, און אויף דער קאָנפֿערענץ פֿון די אַראַבישע אויסער-מיניסטאָרן דאָס פֿאַרכאַפּן די דרײַ ייִדישע ייִנגלעך פֿון די „שטחים‟, נאָך דעם ווי ער האָט פֿריִער, אין יאָרטאָג פֿון ייִדישן אומקום און גבֿורה, זיך עפֿנטלעך סאָלידאַריזירט און אָפּגעגעבן כּבֿוד די קרבנות פֿונעם נאַצישן באַרבאַריזם.
אָבער נתניהו האָט זײַן העץ-קאַמפּאַניע קעגן אַבו מאַזענען נישט אָפּגעשטעלט. אויך נישט נאָך דעם ווי עס האָט זיך אַרויסגעװיזן, אַז די געקידנעפּטע ייִנגלעך זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן דורך טעראָריסטן קורץ נאָך זייער פֿאַרכאַפּונג. נתניהו האָט געטענהט, אַז דער פּאַלעסטינער מנהיג איז „ערגער און געפֿערלעכער פֿון ׳כאַמאַס׳‟, און ער האָט אים באַצײכנט ווי NON PARTNER, דעם געפֿערלעכן שׂונא פֿון דער מדינה און ייִדישן פֿאָלק.
צו דעם איז צוגעקומען נתניהוס קעגנערשאַפֿט צום הסכּם, וועלכן אַבו מאַזען האָט געשלאָסן מיטן אָנפֿירער פֿון „כאַמאַס‟ אין עזה װעגן צוריקקערן עזה אונטער דעם קאָנטראָל פֿון אַ בשותּפֿותדיקער פּאַלעסטינער רעגירונג, בראש מיט אַבו מאַזענען. דאָס װאָלט געעפֿנט אַ גלענצנדיקע געלעגנהייט אַרויפֿצוגיין אויפֿן װעג צו אַ פֿרידלעכער לייזונג פֿאַר דעם קאָנפֿליקט פֿון ישׂראל, נישט בלויז מיט די פּאַלעסטינער, נאָר אויך מיט די אַראַבישע לענדער אין דעם ראַיאָן.
אָבער דאָס שטימט נישט מיט נתניהוס „חזון‟ פֿון דער „נאַציאָנאַלער מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק אין ארץ־ישׂראל‟, און ער האָט פֿאַרלאַנגט פֿון דעם נאָן-פּאַרטנער „אויסצוקלײַבן צװישן ׳כאַמאַס׳ — אָדער ישׂראל‟… אין צװישן האָט די ראַסיסטישע העצע, װאָס האָט זיך צעהוליעט קעגן די אַראַבער אין „פֿײסבוק‟, אויף די װענט אין די אַראַבישע ייִשובֿים און אָביעקטן און אין די באַרן, װי אויך אין דעם אָפֿיציעלן פּאָסטער פֿון דער מוניציפּאַליטעט פֿון אור־יהודה, מיטן רוף צו דער אַרמײ: „דערלאַנגט זײ אין זייער מאַמעס מאַמען אַרײַן‟… און אין דער פֿאָדערונג פֿונעם דעקאַן פֿון בר-אילן אוניװערסיטעט צו אַ פּראָפֿעסאָר, אַ לעקטאָר פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט ער זאָל זיך אַנטשולדיקן פֿאַר אויסדריקן זײַן באַדויער איבער דעם טויט פֿון אַלע ציװילע קרבנות פֿון דער מלחמה, שוין אָפּגעטאָן אירס און האָט דערפֿירט, אַזוי װי די גיפֿטיקע העץ-קאַמפּאַניע קעגן ראָבינען מיט 20 יאָר צוריק, צום מאָרד פֿון דעם 9־יאָריקן אַראַבישן ייִנגל מאָכאַמעד אַבו כאַדאַד.
אויב מען וואָלט גערופֿן דעם פּרעמיער נתניהו ער זאָל אויפֿטרעטן פֿאַרן געריכט װי אַן עדות קעגן די דרײַ באַרבאַרישע פֿיראָמאַנען, װאָלט ער נישט געקאָנט אָפּלײקענען, אַז ער איז געװען אַ שותּף צו דער גיפֿטיקער אַטמאָספֿער, צום אָנצינדן דאָס פֿײַער פֿון דער שׂינאה, װאָס האָט זיך צעפֿלאַקערט נאָך דעם מאָרד פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע ייִדישע ייִנגלעך, אין גוש־עציון. דאָס איז געװען, װי געזאָגט, קורץ נאָך דעם צוזאַמענברוך פֿון דער שלום-איניציאַטיװ פֿון דזשאָן קערי.
די פֿריִערדיקע „לעצטע‟ אָפּעראַציע „װאָלקנזײַל‟, האָט זיך אָנגעהויבן אַזוי װי די איצטיקע, מיט אַ מאַסיװער אונטערשטיצונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און מיט דעמאָנסטראַציעס אונטער דעם לאָזונג „לאָזט דעם צה”ל מנצח זײַן‟, און אין רעגירונגס-קאַבינעט האָט אלי ישי, דער דעמאָלטיקער מנהיג פֿון ש”ס, פּונקט ווי בענעט, דער איצטיקער כּנסת־דעפּוטאַט פֿון „הבית היהודי‟, געפֿאָדערט צו צעשמעטערן עזה, אַז עס זאָל פֿון איר קיין זכר נישט בלײַבן. און דער דעמאָלטיקער רעגירנדיקער דרײַלינג נתניהו-ברק-ליבערמאַן האָט פֿאַרזיכערט, אַז די אָפּעראַציע וועט דויערן ביז וואַנען דער „כאַמאַס‟ וועט אַרויסהייבן די װײַסע פֿאָן, און אַז נאָך דער אָפּעראַציע װעט דער „כאַמאַס‟ מער נישט קענען אויפֿהייבן דעם קאָפּ.
צה”ל האָט דעמאָלט מאָביליזירט 75.000 זעלנער-רעזערוויסטן, װאָס האָבן געװאַרט בײַ דער גרענעץ אַרײַנצומאַרשירן אין דעם עזה-שטרײַף. דאָס װאָרט האָט אָבער געהאַט דער ישׂראלדיקער לופֿט-פֿלאָט, װאָס האָט אין די אַכט טעג געזײעט פֿאַרװיסטונג. דער בלוטיקער שניט פֿון די אַכט טעג איז געװען: 177 פּאַלעסטינער הרוגים. פֿון זיי — 101 טעראָריסטן פֿון „כאַמאַס‟, און 57 ציווילע, צווישן זיי — 34 קינדער. די צאָל דערהרגעטע ישׂראלים — 6 זעלנער פֿון צה”ל.
דאָס לעצטע װאָרט האָט אָבער געזאָגט דער „כאַמאַס‟, װעלכער האָט, אין יענער נאַכט נאָכן אָנמעלדן דעם שטילשטאַנד, געטאַנצט אויף די חורבֿות און געיובֿלט זײַן נצחון מיט ריזיקע מאַניפֿעסטאַציעס אויף די גאַסן און געסלעך פֿון דער חרובֿער עזה.
דער דערגרייכטער הסכּם אין רעזולטאַט פֿון דער אַכט־טאָגיקער מלחמה האָט צום ערשטן מאָל געשאָנקען דעם טעראָריסטישן „כאַמאַס‟ אַן אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע לעגיטימאַציע, װי אויך ישׂראלדיקע פֿאַרפֿליכטונגען צו פֿאַרלײַכטערן די בלאָקאַדע אַרום עזה.
דאָס אַלץ איז פֿאַרגעסן געװאָרן אין די אָנדערטהאַלבן יאָר ביז צום אויסברוך פֿון דער נײַער „אָפּעראַציע‟ פֿון דעם זעלבן נוסח, מיט דער זעלבער רעטאָריק און אונטער אַן אַנדערן נאָמען און אין אַ פֿיל גרעסערן פֿאַרנעם פֿון דער נאַציאָנאַלער טראַגעדיע.
דער דערװײַליקער ביז־איצטיקער „שניט‟, מיטן אויפֿדעקן 80 פּראָצענט פֿון דער נעץ טונעלן אין עזה, איז: 14 פֿון זיי אויפֿגעריסן און פֿאַרניכטעט געוואָרן איבער 600 בנינים פֿון דער באַפֿעלקערונג, אַ סך פֿון זיי מינירטע, פֿולשטענדיק צעשטערט און צעשמעטערט. דער טראַגישער סך-הכּל פֿון מענטשלעכע קרבנות אין דעם 24סטן טאָג פֿון דער „אָפּעראַציע פֿעלדזנפֿעסט‟, איז: 1,440 פּאַלעסטינער הרוגים; פֿון זיי — אַרום 350 באַװאָפֿנטע „כאַמאַס‟־זעלנער. די רעשט צװײ דריטל — ציווילע בירגער, און אַ העלפֿט פֿון זיי זײַנען קינדער; צװישן די 8,000 פֿאַרװוּנדיקטע פּאַלעסטינער באַטרעפֿן אין דער זעלבער פּראָפּאָרץ די צאָל „כאַמאַס‟-טעראָריסטן, די ציװילע בירגער און קינדער. צום פֿולן חשבון און דין-וחשבון איז נאָך װײַט.
און פֿון דער אַנדערער, פֿון אונדזער זײַט: 56 דערהרגעטע זעלנער פֿון צה”ל און קרובֿ 1,450 פֿאַרװוּנדיקטע. צו די אַלע טרוקענע, אָבער גרויזאַמע ציפֿערן קומען צו די איבער 240,000 נײַע פּליטים אין דעם קליינעם פּליטים-לאַנד.
די בילדער אין דער טעלעוויזיע שילדערן אָבער פֿאַר די אויגן די גרוילן פֿון דער מלחמה, און זײ דערציילן מער ווי טויזנט װערטלעכע באַריכטן.
די אַקטיווע מלחמה, די הריגות און די פּאָליטיק שלאָפֿן אָבער נישט אין דער צײַט, װען די קאָרעספּאָנדענטן מוזן אויך „אַרײַנכאַפּן אַ דרימל‟. מיטן אויפֿכאַפּן זיך פֿונעם שלאָף איז צוגעקומען דער באַשלוס פֿון דער רעגירונג צו מאָביליזירן נאָך 16,000 צו די קעמפֿנדיקע 70,000 רעזערװיסטן און דערנאָך דער פּראָקלאַמירטער פֿײַער-איבעררײַס אויף 72 שעה מיט נאָך פֿינף דערהרגעטע צה”ל-קעמפֿער און הונדערטער פּאַלעסטינער קרבנות פֿון דער „פֿעלזנפֿעסטער אָפּעראַציע‟.
דער ערשטער אַקט פֿון דער דראַמע איז נאָך אָבער נישט פֿאַרענדיקט. דער צװײטער אַקט וועט אויפֿגעשפּילט ווערן אין די שוין אָנגעזאָגטע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס איבער די טעותן און דורכפֿאַלן, װאָס האָבן גורם געװען די נאַציאָנאַלע טראַגעדיע און אירע קומענדיקע פֿאָלגן. דאָס װעט זײַן דער „תּג מחיר‟ — דער פּרײַז-עפּיטעט פֿון דער געשיכטע. עס בלײַבט נאָר די פֿראַגע: װער װעט דעם פּרײַז באַצאָלן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.