מיר האָבן פֿריִער געמאָלדן, אַז וויק אַלהאַדעף, דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון ניו־סאַוט וויילס, איז געטאַדלט געוואָרן פֿון איסלאַמישע און אַראַבישע גרופּעס און פֿון אַ טייל לאָקאַלע פּאָליטיקער, פֿאַר האָבן אַרויסגעשיקט אַן אַנטי-„כאַמאַס‟ בליצבריוו צו דער מיטגלידערשאַפֿט פֿון דער קהילה, ווײַל ער דינט אויך ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער באַציִונגען-קאָמיסיע בײַ דער שטאַטישער רעגירונג.
כאָטש אַ טייל לאָקאַלע פּאָליטיקער האָבן געלויבט אַלהאַדעפֿן פֿאַר זײַן לאַנג-יאָריקער אַרבעט לטובֿת טאָלעראַנץ, עטנישן און רעליגיעזן צוזאַמענלעבן, האָט אַלהאַדעף רעזיגנירט פֿון זײַן רעגירונגס-אַמט צוויי וואָכן נאָך דעם, ווי דער ענין איז ערשט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. ער זאָגט אַז, צום באַדויערן, איז מער נישט מעגלעך ער זאָל קענען דורכפֿירן זײַנע רעגירונגס-פֿאַראַנטוואָרטלעכקייטן ווי געהעריק אונטער די איצטיקע באַדינגונגען.
מיר האָבן געמאָלדן פֿאַראַכטאָגן, אַז דניאל ווײַן, אַ געוועזענער תּלמיד אינעם ליבלער-יבֿנה קאָלעדזש, איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין עזה. דער 22־יעריקער סעם גאָסלינג איז אויך פֿאַרוווּנדעט געוואָרן אין עזה צוזאַמען מיט נאָך אַכט סאָלדאַטן פֿון זײַן באַטאַליאָן. זײַן איינהייט־קאָמאַנדיר, רואי פּעלעס, איז דערהרגעט געוואָרן. גאָסלינג וועט מסתּמא זיך אומקערן צוריק אין סטרוי די קומענדיקע וואָך. ער איז געבוירן געוואָרן אין מעלבורן און האָט זיך געלערנט אינעם ליבלער-יבֿנה קאָלעדזש איידער ער האָט געמאַכט עליה.
וואַנדאַלן האָבן באַשמירט איין וואַנט פֿון דער כּרמל־טאָגשול אין פּערט מיט די ווערטער „ציוניסטישע שוים‟. אַ פֿאָרשטייער פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה זאָגט, אַז דאָס איז מסתּמא געווען אַ רעאַקציע אויף די געשעענישן אין עזה. פֿאָרשטייער פֿון נאַציאָנאַלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿאַרבונדן דעם אָנפֿאַל מיט אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, וועלכע קומען פֿאָר איצט אין אייראָפּע און האָבן אויך געטאַדלט די וואַנדאַלן, ווי קעגנער פֿון מולטי-קולטוראַליזם, וועלכע „אַנערקענען נישט די רעכט פֿון אַנדערע צו האָבן אַן אַנדער מיינונג‟.
די צײַטונג „די אויסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען וועגן אָנפֿאַלן אויף דער צײַטונג „סידנעי מאָרנינג העראָלד‟, וואָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קאַריקאַטור, וואָס דער עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום באַצייכנט ווי „אַנטיסעמיטיש‟. אַ צווייטער אַרטיקל, געשריבן פֿון אַן אַנאַליטיקער בײַם „אויסטראַליע/ישׂראל און ייִדישע ענינים־ראַט‟, דערציילט וועגן אַ באַריכט אויף דער אויסטראַלישער ווערסיע פֿון דער טעלעוויזיע־אוידיציע „זעכציק מינוט‟, וואָס ער באַצייכנט ווי „אַמאַטאָריש‟, ווײַל דער נאָראַטאָר האָט גערעדט מיט „כאַמאַס‟ און מיט ייִדן פֿון די זידלונגען אויפֿן מערבֿ־ברעג, נאָר נישט מיט קיין פֿאָרשטייער פֿון דער רעגירונג אָדער פֿונעם צה”ל.
דער רעדאַקטאָר פֿון דער „סאַלוויישאָן אַרמי‟־וואָכנשריפֿט, „וואָר קרײַ‟ האָט זיך אַנטשולדיקט, וואָס זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ זײַט, וואָס ציטירט ישו הנוצרי וועגן מוחל זײַן שׂונאים, אין איינעם מיט אַ פֿאָטאָ פֿון אַדאָלף היטלערן מיט אַן אויסגעשטרעקטער האַנט. זי זאָגט, אַז איר ציל איז געווען צו ווײַזן אַן עקסטרעמע סיטואַציע, כּדי די קריסטן זאָלן ערנסט באַטראַכטן אויף וויפֿל זיי אַליין זײַנען גרייט מוחל צו זײַן זייערע פּערזענלעכע שׂונאים. די אַנטי-דעפֿאַמאַציע ליגע בײַם „בני־ברית‟ אין אויסטראַליע האָט געטאַדלט די זײַט, באַטאָנענדיק, אַז מע וואָלט געקענט פֿאַרשטיין דאָס באַנוצן זיך מיט אַזאַ פֿאָטאָ טאָמער וואָלט מען גערעדט וועגן די קרבנות פֿון נאַציזם, און אַז דער רעדאַקטאָר איז שולדיק אין אַן „אָרעמען באַשלוס‟, וואָס איז „געשמאַקלאָז‟. דער רעדאַקטאָר האָט באַטאָנט, אַז זי האָט נישט געהאַט אין זינען צו דערצאָרענען ייִדן אָדער אַנדערע מינדערהייטן.
פֿיל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געטאַדלט דאָס, וואָס אַ טייל סטודענטישע אָנטיילנעמער אין אַ פּראָ-פּאַלעסטינישער גאַסן-פֿאַרזאַמלונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מעלבורן אין צענטער שטאָט, האָבן פֿאַרברענט ישׂראלדיקע און אויסטראַלישע פֿענער במשך פֿון דער דעמאָנסטראַציע. זיי האָבן צוגעגנבֿעט די אויסטראַלישע פֿאָן פֿון אַ רעגירונגס-ביוראָ, וואָס געפֿינט זיך אין צענטער שטאָט. פֿאָרשטייער פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַטאָנט, אַז גוואַלד-אַקטן האָבן נישט קיין אָרט אין אויסטראַליע, און אַז דאָס פֿאַרברענען מלוכישע פֿענער באַווײַזט דעם העכסטן פּונקט פֿון אומדרך-ארץ. דאָס פֿאַרברענען די פֿאָן פֿונעם לאַנד, וווּ מע וווינט, האָבן זיי באַטאָנט, באַווײַזט גרויס אומדאַנקבאַרשאַפֿט צום לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.