אַ דילעמע פֿאַר טערקײַ

The Turkey Conundrum

Getty Images

פֿון עופֿרה בן־דזשאָ (Forward)

Published August 05, 2014, issue of August 29, 2014.

דעם 23סטן יולי האָט אַ טערקישע אָרגאַניזאַציע גערופֿן די סאָציאַלע מעדיאַ צו בויקאָטירן די ראָמאַנען פֿונעם באַרימטן טערקיש־ייִדישן שרײַבער מאַריאָ לוי. כאָטש לוי איז געבוירן געוואָרן אין איסטאַנבול, און זײַן ראָמאַן „איסטאַנבול איז געווען אַ באָבע־מעשׂה‟ איז זייער פּאָפּולער אין טערקײַ, האָט עס אים נישט באַשיצט פֿון די אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע ווינטן, וואָס בלאָזן הײַנט אין לאַנד.

דאָס מאָל איז די סיבה דער מיליטערישער קאָנפֿליקט אין עזה. דער רוף צום בויקאָט פֿונעם ייִדישע שרײַבער איז אַ בולטער סימן פֿון דער ערנסטער ירידה פֿון די באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל, וואָס איז איצט נאָך ערגער ווי דער אַנטאַגאָניזם נאָך דער טייטלעכער אָבלאַווע אויף דער טערקישער פֿלאָטילאַ אין 2010.

הגם די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער האָבן זינט 1950 דורכגעמאַכט אַ סך סענסיטיווע מאָמענטן, איז די איצטיקע שפּאַנונג, וואָס טערקײַ האָט איניציִיִרט, אַ סך ערגער. עס נעמט אַרום סײַ די רעגירונג, סײַ די אָפּאָזיציע, סײַ די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג.

דעם 19טן יולי האָט דער טערקישער פּרעמיער רעצעפּ טאַיִפּ ערדאָגאַן דערקלערט, אַז די ישׂראלדיקע אָפּעראַציע אין עזה „האָט שוין אַריבערגעשטיגן היטלערס באַרבאַריזם‟. ער האָט באַצייכנט ישׂראל ווי „אַ טעראָריסטישע מלוכה‟ און באַשולדיקט זי אין „סיסטעמאַטישן גענאָציד‟ קעגן די פּאַלעסטינער.

הערנדיק ערדאָגאַנס נעגאַטיווע שטעלונג צו ישׂראל, האָבן די טערקישע סאָציאַלע מעדיאַ, צײַטונגען, און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען אַרויסגעלאָזט זייערע אייגענע קאַמפּאַניעס קעגן ישׂראל און די ייִדן. בלוטיקע דעמאָנסטראַציעס זענען אויסגעבראָכן קעגן ישׂראל און די ישׂראלדיקע פֿאָרשטייער אין אַנקאַראַ און איסטאַנבול. מע האָט אויך גערופֿן דורכצופֿירן אַן עקאָנאָמישן בויקאָט פֿון ישׂראל, צו שליסן די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע און אין גאַנצן אָפּצוהאַקן די באַציִונגען מיט ישׂראל.

קיין חידוש איז עס נישט. שוין אין פֿעברואַר 2006 האָט ערדאָגאַן פֿאַרבעטן קיין טערקײַ אַ „כאַמאַס‟־דעלעגאַציע, מיט כאַלעד מאַשאַל בראָש. הגם די מערבֿ־וועלט באַצייכנט „כאַמאַס‟ ווי אַ טעראָריסטישע גרופּע, האָט די טערקישע רעגירונג אָנגעקניפּט נאָענטע באַציִונגען מיט „כאַמאַס‟ און גלײַכצײַטיק זיך דערווײַטערט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אָנגעפֿירט פֿון מאַכמוד אַבאַס.

טערקײַס נאָענטשאַפֿט מיט „כאַמאַס‟ איז, צום גרויסן טייל, צוליב די שטאַרקע איסלאַמיסטישע טענדענצן פֿון דער איצטיקער רעגירונג. טאַקע דערפֿאַר האָט טערקײַ באַשלאָסן זיך צו אַליִיִרן מיט די איסלאַמיסטישע כּוחות אינעם ראַיאָן — אַרײַנגערעכנט די „מוסולמענישער ברודערשאַפֿט‟ אין עגיפּטן, איידער די „ברודערשאַפֿט‟ איז פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון דער מאַכט.

דער הײַנטיקער אַנטאַגאָניזם צווישן טערקײַ און עגיפּטן איז לעצטנס נאָך שאַרפֿער געוואָרן צוליב זייער קאָנקורענץ איבער דער פֿראַגע, ווער ס׳וועט דינען ווי דער פֿאַרמיטלער אינעם עזה־קאָנפֿליקט. טערקײַ האַלט, אַז זי איז דער בעסטער קאַנדידאַט, צוליב אירע נאָענטע באַציִונגען מיט „כאַמאַס‟ און איר פֿירנדיקע ראָלע אין „נאַטאָ‟. עגיפּטן באַטראַכט זיך אַליין ווי אַ מער נאַטירלעכער פֿאַרמיטלער, צוליב איר געאָגראַפֿישער און פּאָליטישער פֿאַרבינדונג מיט עזה און ווײַל זי פֿאַרשטייט גוט דעם ישׂראלדיקן קוקווינקל פֿון דער עזה־פּראָבלעם.

הגם די פֿאַראייניקטע שטאַטן שטיצט אויך טערקײַ ווי אַ פֿאַרמיטלער, איז ישׂראל שטאַרק קעגן דעם, ווײַל זי געטרויט שוין מער נישט ערדאָגאַנס רעגירונג. די ישׂרלאדיקע אָפּאָזיציע האָט בײַ ערדאָגאַן אַרויסגערופֿן נאָך מער כּעס קעגן ישׂראל.

פֿון דעסטוועגן, איז זייער מעגלעך, אַז ערדאָגאַנס פֿרישע אַטאַקן אויף ישׂראל זענען בלויז פֿאַרבונדן מיט די פּרעזידענטישע וואַלן אין טערקײַ, וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 10טן אויגוסט. ערדאָגאַן ווייסט, אַז דער פּאַלעסטינער־ישׂראלדיקער קאָנפֿליקט איז תּמיד אַ געראָטענער מיטל צו מאָביליזירן די שטיצע פֿון די וויילער, און דערבײַ אָפּווענדן זייער אויפֿמערק פֿון זייערע צרות אין זייער אייגן לאַנד.

נישט געקוקט אויף דעם אַנטאַגאָניזם צו ישׂראל, האָט טערקײַ פֿאָרט נישט „פֿאַרברענט אַלע בריקן‟. די עקאָנאָמישע צוזאַמענאַרבעט צווישן טערקײַ און ישׂראל האָט זיך בכלל נישט געענדערט, און טערקײַ האָט, ווי עס זעט אויס, אַפֿילו געגעבן די קורדן אין איראַק דערלויבעניש צו פֿאַרקויפֿן ישׂראל נאַפֿט, עקספּאָרטירט פֿון טערקײַ. טאַקע דערפֿאַר איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז נאָך די וואַלן און נאָך אַ פֿײַער־איבעררײַס אין עזה, וועלן די בשותּפֿותדיקע עקאָנאָמישע און סטראַטעגישע אינטערעסן פֿון טערקײַ און ישׂראל זיי ווידער צווינגען צו אַרבעטן צוזאַמען.