דער „יוהאַן‟ האַלט, אַז זײַן מוזיק איז די לעצטע האָפֿענונג פֿאַר די בוכאַרער ייִדן. „די אַסימילאַציע וועט אונדז ממש באַגראָבן,‟ האָט ער געזאָגט.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר האָבן די בוכאַרער ייִדן אין צענטראַל־אַזיע אָנגעהאַלטן זייערע טראַדיציעס, כאָטש זיי זענען געווען אַרומגערינגלט פֿון מוסולמענער. ס׳איז אָבער, אַ פּנים, אַ סך שווערער אָנצוהאַלטן די קולטורעלע פֿאַרבינדונג אינעם שמעלצטאָפּ פֿון קווינס, נ״י. נאָכן פֿאַרלאָזן זייער היימלאַנד אין אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן, געפֿינען זיך די בוכאַרער הײַנט אין מיטן פֿון אַ קולטורעלן שיידוועג. זייערע קינדער רעדן נישט קיין בוכאַריש, אַ דיאַלעקט פֿון פֿאַרסי; הערן זיך נישט צו צו דער בוכאַרער מוזיק, און טראָגן נישט די טראַדיציאָנעלע בוכאַרער קליידער.
יוהאַן, אַן 51־יאָריקער בדחן, האַלט, אַז ער האָט אפֿשר אַ לייזונג פֿאַר דער פּראָבלעם. די בוכאַרער חתונות זענען ביז איצט געבליבן די איינציקע פֿאַרבינדונג מיט דער טראַדיציע, וואָס די יוגנט האָט נישט פֿאַרלאָזט. אויף אַ געוויינטלעכער בוכאַרער חתונה ווערן פֿאַרבעטן צווישן 350 און 400 געסט. די קאַפּעליעס שפּילן מוזיק פֿון מיזרח־אייראָפּע און צענטראַל־אַזיע, אַרײַנגערעכנט רוסישע, אַרמענישע, אוזבעקישע, אַזערבײַדזאַנער און טאַדזשיקיסטאַנער מעלאָדיעס. מע הייבט אָן טאַנצן אַרום 10:00 אין אָוונט און מע ענדיקט נישט ביז פֿאַרטאָג.
„די חתונות זענען די איינציקע געלעגנהייטן ווען אַזוי פֿיל בוכאַרער ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין איין אָרט צו שמועסן, פֿרייען זיך און פּראַווען די טראַדיציעס,‟ האָט יוהאַן געזאָגט.
לעצטנס, אָבער, האָט די יוגנט אָנגעהויבן זיך בונטעווען. זיי פֿאָדערן מערבֿדיקע נאַכטקלוב־מוזיק אַנשטאָט די טראַדיציאָנעלע ניגונים. דאָס גיכע פּויקן אין דער דוירע, אַ גרויסער טאַמבורין, קען מען קוים הערן, צוליב דעם טומל פֿונעם עלעקטראָנישן באַס. אַ טייל פּאָרלעך מײַדן אין גאַנצן אויס אַ לעבעדיקע קאַפּעליע, און שטעלן אָן אַ „די־דזשיי‟.
„דאָס טאָר מען נישט טאָן,‟ האָט יוהאַן געזאָגט. „איך פֿאַרשטיי, מע דינגט אַ ׳די־דזשיי׳ פֿאַר אַ בר־מיצווה, אפֿשר פֿאַר אַ קליינער געבוירן־טאָג שׂימחה. אָבער אַ חתונה — דאָס איז אַן איינמאָליקע געשעעניש.‟
די חתונות זענען נישט בלויז אַ שׂימחה פֿאַר חתן־כּלה און זייערע פֿרײַנד, האָט ער צוגעגעבן. „ס׳איז אויך אַ צײַט צו פֿאַראייניקן די משפּחות און אַרויסווײַזן די קרובֿים דרך־ארץ. „ס׳איז נישט קיין דיסקאָטעק.‟
יוהאַן בנימין איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין טאַשקענט, אין אַ געגנט פֿול מיט מוזיקער. צווישן זײַנע שכנים: דער באַקאַנטער אוזבעקער ייִדישער פּאָעט, יליאַס מאַלאַיעוו, וועלכער האָט אים געלערנט ווי צונויפֿצוּוועבן פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע סטילן, ריטמען, האַרמאָניעס און שפּראַכן.
נאָכן גראַדויִרן פֿון קאָלעדזש האָט בנימין געאָרבעט ווי אַ בדחן אין בולגאַריע און אויפֿגעטראָטן ווי אַ טייל פֿון אַ קאַבאַרעט־פֿאָרשטעלונג אין איטאַליע. צום מערסטנס האָט ער אָבער געזונגען אויף חתונות איבערן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — רוסלאַנד, אַרמעניע, אַזערבײַדזשאַן, טאַדזשיקיסטאַן, קאַזאַכסטאַן און גרוזיע. אין 1990 האָט ער עמיגרירט קיין אַמעריקע. דאָ האָט ער אַרויסגעגעבן עטלעכע קאָמפּאַקטדיסקן, טרעט אויף בײַ קאָנצערטן און חתונות, און אַפֿילו אויף ברית־מילה צערעמאָניעס און לוויות.
בנימינס צווייטע פֿרוי, אסתּר (ער איז געגט מיט זײַן ערשטער פֿרוי) האָט געזאָגט, אַז אַ סך מענטשן קומען צו אים אין שטוב, בעטן אַן עצה. „אויב זיי האָבן אַ צרה מיט אַ קינד, אַ ווײַב, אַ מאַן, ווילן זיי אויסהערן זײַן מיינונג,‟ האָט אסתּר געזאָגט.
„אָנהאַלטן אונדזער קולטור איז אַ סך שווערער, ווי לאָזן עס פֿאַרשווינדן,‟ האָט בנימין געזאָגט מיט אַ זיפֿץ.
אַרטור דאַבאַקאַראָוו, איינער פֿון בנימינס אָנהענגער, האָט דערציילט, אַז פֿאַר זײַן חתונה אין 2011 האָט זײַן שוואָגער טאַקע געפּרוּווט אים איבערצײַגן, אַז ער דאַרף נישט דעם ׳יוהאַן׳, אָבער ער, דאַבאַקאַראָוו, האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק, און בנימין איז טאַקע געווען אַ גרויסער שלאַגער אויף דער חתונה.
„ווען ער שפּילט די מוזיק, ווערט יעדער פֿריילעך,‟ האָט דאַבאַקאַראָוו געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.