אַשדוד איז אַ שטאָט אין דרום־ישׂראל. צוויי אַשדודער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן, „הפּועל אַשדוד‟ און „מכּבי אַשדוד‟, האָבן באַשלאָסן צו מאַכן יד־אַחת. די פֿאַראייניקטע מאַנשאַפֿט הייסט „מועדון ספורט אשדוד‟. היות וואָס פֿון עזה שיסט מען אויף אַשדוד הונדערטער ראַקעטן, און היות וואָס אין פּוילן איז דער זומער נישט אַזוי הייס, האָט די אַשדודער מאַנשאַפֿט באַשלאָסן צו קומען אויף אַ טרענירונג קיין פּוילן. אויסגעקליבן האָבן זיי די קליינע שטאָט אָלעשניצאַ.
אָבער ווי זאָגט מען: אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. די ישׂראלדיקע שפּילער זענען נישט געפֿעלן געוואָרן די לאָקאַלע פּוילישע נעאָ-נאַציס. זיי זענען געקומען סטראַשען די ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אויפֿן סטאַדיאָן. ניר קלינגער — דער טרענירער, און דזשעקי בן-זקן — דער בעל-בית פֿון דער מאַנשאַפֿט, האָבן געזען, אַז מען דאַרף מאַכן ויברח, און זענען אַוועק פֿונעם סטאַדיאָן צוריק אין האָטעל.
די פּוילישע „סקין-העדס‟ אָבער, האָבן נישט אַזוי לײַכט נאָכגעגעבן. דרײַסיק פּוילישע נעאָ-נאַציס, באַוואָפֿנט מיט פֿעפֿער-שפּריצערס און מעסערס, זענען אַרײַן אין דעם האָטעל, וווּ די ישׂראלדיקע שפּילערס האָבן געוווינט. זיי האָבן באַשפּריצט זיי די אויגן מיט פֿעפֿער-גאַז און געשלאָגן די, וואָס האָבן געוואָלט זיך קעגנשטעלן.
דעם צווייטן טרענירער, שמואל בוכריס, האָבן די אַנטיסעמיטן אַזוי שווער געשלאָגן, אַז ער האָט געחלשט און מען האָט אים געבראַכט אינעם דאָרטיקן שפּיטאָל אויף באַהאַנדלונג.
די מאַנשאַפֿטן האָבן גיך און געשווינד אײַגעפּאַקט זייער קלאַפּערגעצײַג און אַנטלאָפֿן קיין וואַרשע, וווּ די ייִדן פֿילן זיך מער זיכער. פֿון וואַרשע האָבן זיי זיך אומגעקערט צוריק אַהיים, פֿריִער ווי געפּלאַנט. דזשעקי בן-זקן האָט דערציילט די זשורנאַליסטן, אַז מיט ראַקעטן גיט ער זיך אַן עצה; מעסערס זענען שוין דאָך אַן אַנדער מעשׂה.
נאָך אַ טשיקאַווער פֿאַקט: אָלעשניצאַ איז געווען במשך פֿון הונדערטער יאָרן ביז 1945 אַ דײַטשישע שטאָט מיטן נאָמען Oels. אַ דאַנק סטאַלינען, איז זי געוואָרן אַ טייל פֿון פּוילן. די פּוילישע נעאָ-נאַציס האָבן מסתּמא פֿאַרגעסן, אָדער בעסער געזאָגט, קיין מאָל נישט געוווּסט, אַז פֿאַר די דײַטשישע נעאָ-נאַציס איז אָלעשניצאַ קיין שום אָלעשניצאַ נישט געווען, נאָר טאַקע — עלס. דײַטשלאַנד, לויט זיי, דאַרף אָפּנעמען די שטאָט פֿון פּוילן, און וואָס גיכער — אַלץ בעסער.
די פּאָליאַקן טענהן, אַז אין קאָנטראַסט מיט די באַלטישע מדינות, אוקראַיִנע, אָדער אַפֿילו פֿראַנקרײַך, האָבן זיי נישט קאָלאַבאָרירט מיט די דײַטשן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די ייִדן האָבן דעמאָלט געליטן פֿון די דײַטשן, אָבער זיי, די פּאָליאַקן, אויך.
די פּוילישע צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ פּובליקירט אָבער אַ באַריכט (26.7.2014), וואָס שטעלט דעם דאָזיקן נאַראַטיוו אונטער אַ פֿראַגע־צייכן. דער אַרטיקל הייסט „יאָגן ייִדן מיט הינט‟. דערציילן דערציילט דער באַריכט וועגן דער קאָלאַבאָראַציע פֿון דער פּוילישער קרימינעלער פּאָליציי, וואָס האָט, ווײַזט זיך אַרויס, געהאָלפֿן דער „געסטאַפּאָ‟ צו כאַפּן די לעצטע ייִדן פֿון וואַרשעווער געטאָ. די פּאָליציסטן האָבן געפֿונען, אַרעסטירט און איבערגעגעבן די דײַטשן 38 ייִדן, וואָס האָבן זיך באַהאַלטן אין אַ מאַלינע אין מיטן וואַרשע. צווישן זיי — אַ קינד, וואָס איז נאָר וואָס געבוירן געוואָרן.
די צײַטונג פּובליקירט אויך אַ בילד. 4 „געסטאַפּאָ‟־אָפֿיצירן אין געפּוצטע שטיוול זיצן אין דער ערשטער ריי, און 35 פּוילישע געהיים-פּאָליציסטן, עלעגאַנט אָנגעטאָן אין ציווילע קליידער, זיצן לעבן, אָדער שטייען הינטער זיי. צווישן די עלעגאַנטע פּוילישע אַגענטן זעט מען אויך צוויי פֿרויען. דאָס בילד איז געמאַכט געוואָרן אין יאָר 1942. אַלע, דײַטשן און פּאָליאַקן, זעען אויס ווי איין שטאָלצע מאַנשאַפֿט. הייסט עס, אַז די דעטעקטיוון פֿון דער פּוילישער פּאָליציי, וואָס האָבן געכאַפּט כּל־המינים קרימינעלע עלעמענטן פֿאַר דער מלחמה, זענען אַריבער אין רשות פֿון די דײַטשישע אָקופּאַנטן און האָבן געאַרבעט לטובֿת דעם גענאָציד פֿון זייערע ייִדישע מיטבירגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.