שבת האָט מען געשפּילט אויפֿן ראַדיאָ קלאַסישע ישׂראלדיקע לידער פֿון נעמי שמר און יהורם גאון — דער ערשטער סימן דערפֿון, אַז דער איצטיקער קאַמף צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ ווערט געזען דורך די ישׂראלדיקע אויגן ווי אַן אמתע מלחמה, און קיינער האָט נישט קיין אַנונג, ווי אַזוי מען וועט אַרויסקריכן.
פֿאַרן פֿאַרגאַנגענעם סוף-וואָך האָבן אַלע געמיינט, אַז דאָס וועט זײַן אַן ענלעכע מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן „כאַמאַס‟ ווי אין די יאָרן 2009-2008 און אין 2011, און קעגן „כעזבאָלאַ‟ אין 2006. מען האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די תּקופֿה פֿון מלחמות קעגן די אַראַבישע לענדער איז אַריבער און הײַנט פֿירט מען קורצע אָפּעראַציעס קעגן ראַקעטן — ביז עגיפּטן, אָדער ווער עס זאָל נישט זײַן, וועט פֿאָרלייגן אַ הסכּם, אָדער כאָטש אַ צײַטווײַליקע פּשרה, וואָס לאָזט ביידע צדדים צו זאָגן — זיי האָבן מנצח געווען!
די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געדרונגען פֿון דעם, אַז דער אופֿן איז לאַו-דווקא גוט פֿאַר זיי; זיי אַטאַקירן ישׂראל, אָבער נאָך יעדן אַטאַק, קען מען נישט פֿאָרויסזען, ווי אַזוי ישׂראל וועט אויף דעם רעאַגירן.
דאָס מאָל אָבער איז געווען אַנדערש. „כאַמאַס‟, ווי ס‘איז טיפּיש פֿאַר אַ סך אַראַבישע פּאָליטישע און מיליטערישע אָרגאַניזאַציעס, האָט פֿאַרלוירן דעם חוש פֿון מאָס, און דערהרגעט דרײַ ישׂראלדיקע תּלמידים. גלײַך נאָך דעם האָט די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע אָנגעהויבן צו שיסן ראַקעטן אויף די דרומדיקע קיבוצים און דערפֿער. ישׂראל האָט רעאַגירט, אַטאַקירנדיק די ראַקעטן-אינסטאַלאַציעס, ווי געוויינטלעך, און מצליח געווען צו צעשטערן עטלעכע וויכטיקע צילן. אַלץ איז געגאַנגען שלעכט פֿאַר „כאַמאַס‟, און ביבי נתניהו האָט זיכער דערוואַרט, אַז „כאַמאַס‟ וועט אָננעמען דעם שטילשטאַנד, וואָס עגיפּטן האָט פֿאָרגעלייגט.
„כאַמאַס‟ האָט אָבער ממשיך געווען צו שיסן, טענהנדיק, אַז בלויז ישׂראל איז מסכּים געווען אויף אַ שטילשטאַנד; דערבײַ האָט עס נישט געשטערט אויסצונוצן דעם הומאַניטאַרישן שטילשטאַנד, כּדי צו אַטאַקירן ווײַטער. נישט האָבנדיק קיין ברירה, האָט ישׂראל באַשלאָסן צו שיקן די יבשה־טיילן אין עזה-פּאַס. אָבער דעמאָלט איז נאָך נישט קלאָר געווען, צי „כאַמאַס‟ וויל טאַקע אַ מלחמה. אויף דער טעלעוויזיע האָט מען גערעדט פֿון טעאָריעס, ווי „כאַמאַס‟ וועט נישט קענען ענדיקן צו קעמפֿן אָן עפּעס אַ נצחון איבער ישׂראל; עס קאָן זײַן אַן אַטענטאַט אָדער אַ פֿאַרכאַפּונג פֿון אַ סאָלדאַט.
ערשט נאָך דעם ווי אַלץ מער און מער זעלנער זײַנען אומגעקומען אין די שלאַכטן, און „כאַמאַס‟ האָט נאָך אַלץ איגנאָרירט די זעקס איניציאַטיוון פֿון שטילשטאַנד, האָט מען זיך נאָר דעמאָלט געכאַפּט, אַז מען פֿאַרשטייט נישט, וואָס עס טוט זיך. זעט אויס, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ איז אויך געקומען צו אַזאַ מסקנא. נאָך עטלעכע אומגעלומפּערטע באַמיִונגען, דורכגעפֿירט דורך זײַן שליח, דזשאָן קערי, האָט ער אָראָפּגעלאָזט די הענט.
ישׂראל געפֿינט זיך איצט אין אַ פֿאַרלעגנהייט. איר איינציקער ציל איז געווען אָפּצושטעלן די ראַקעטן און צו פֿאַרניכטן די טונעלן, אָבער דער אויפֿפֿיר פֿון די „כאַמאַס‟־פֿירער זאָגט עדות, אַז זיי זײַנען גיכער גרייט מע זאָל צעשטערן דעם גאַנצן עזה-פּאַס, איידער אויפֿהערן צו שיסן. פֿון דער צווייטער זײַט, איז קלאָר, אַז ישׂראל וויל בשום-אופֿן נישט צוריקנעמען עזה. אַפֿילו דער מיליטאַנטישער אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט פֿאָרגעלייגט דער „יו־ען‟ צו שיקן אירע כּוחות קיין עזה, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די געשיכטע פֿון די „יו־ען‟־כּוחות אין סיני און אינעם גולן גיט נישט צו זײַן אָפּטימיסטיש; שוין אָפּגערעדט, אַז שוין אין דעם איצטיקן קאָנפֿליקט פֿירן זיך די „יו־ען‟־פֿאָרשטייער אין עזה ווײַט נישט לײַטיש; ס‘איז גענוג צו דערמאָנען דעם פֿאַל מיט דער שול, ווען זיי, געפֿינענדיק דאָרט אַ סקלאַד פֿון „כאַמאַס‟־ראַקעטן, האָבן אומגעקערט די „טויט־סחורה‟ צו זייערע באַלעבאַטים.
די לייזונג וועט מעגלעך קומען, ווען מע וועט פֿאַרשטיין, וואָס עס טוט זיך אין די מוחות פֿון די „כאַמאַס‟־מנהיגים. וואָס מיינט פֿאַר זיי, „צו אַ הויכער פּרײַז‟? וואָס וועלן זיי אויספּועלן, אויב די מלחמה וועט אָנגייען ווײַטער? די ישׂראל־אַרמיי וואָלט זיכער געקענט באַזיגן גאַנץ עזה, ווייניקער ווי אין צוויי וואָכן, און די מדינה וועט זיכער נישט צוהערן זיך צו דער קריטיק פֿון „דער אינטערנאַציאָנאַלער געמיינדע‟, כּל-זמן די ראַקעטן ווערן אַרויסגעשאָסן עטלעכע מאָל אַ טאָג אויף אַשדוד, אַשקלון און באר־שבֿע. די „כאַמאַס‟־פֿירערשאַפֿט ווייסט אויך, אַז זי איז נישט גענוג שטאַרק צו הרגענען אַלע ייִדן איבער דער וועלט. דער ערגסטער פֿאַל וואָלט געווען, אויב די מלחמה וועט אָנגיין ווײַטער אָן קיין שׂכל, אַבי „נישט צו פֿאַרלירן‟, ווי ס‘איז געשען בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.