ייִדישער קעמפּ בעתן אוקראַיִנישן בירגער־קריג

Jewish Camp Amid the Ukraine Crisis


פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published August 06, 2014, issue of August 29, 2014.

דעם 29סטן יולי האָט געעפֿנט זײַנע טויערן דער זומער־קעמפּ,, וואָס קומט פֿאָר דאָס 21סטע מאָל אין דער טשערנאָוויצער געגנט, מיט דער פּראָגראַם „שורשים — וואָרצלען פֿון ייִדישער צוקונפֿט אין די תּפֿוצות‟. געגרינדעט האָט דעם קעמפּ די „אַסאָציאַציע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קהילות פֿון אוקראַיִנע‟ מיט דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון דעם קיִעווער ביוראָ פֿון דעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟.

דער קעמפּ „שורשים‟ איז אַן אוניקאַלער פּראָיעקט, געווידמעט דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין די תּפֿוצות. תּלמידים פֿון ייִדישע שולן, אַקטיוויסטן אין די ייִדישע קהילות פֿון גאַנץ אוקראַיִנע זײַנען זיך אַהער צונויפֿגעפֿאָרן צו דערוויסן זיך וועגן דער ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע בכלל און אין בוקאָווינע בפֿרט. עס ווערן פּלאַנירט פֿאַרשידענע עקסקורסיעס איבער דער שטאָט טשערנאָוויץ. הײַיאָר באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם ייִדישע קינדער פֿון די ראַיאָנען, וווּ עס גייט איצט אָן דער בירגער־קריג: מאַריופּאָל, סעוועראָדאָנעצק, אַרטיאָמעווקע, דאָנעצק.

די אַלגעמיינע טעמע פֿון „שורשים־2014‟ איז „תּיקון־עולם‟. די פּראָגראַם איז צעטיילט אויף צוויי טאָג־טעגלעכע בלאָקן — געשיכטע, קולטור, טראַדיציעס פֿון ייִדישן פֿאָלק, פֿאַרשידענע קרײַזלעך, ספּאָרט־פֿאַרמעסטן; ווי אויך אָוונט־אונטערנעמונגען און אַן עונג־שבת. די קינדער, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ שפּיל אָדער דיסקוסיעס רעדן אַרום פֿראַגעס, פֿאַרבונדן מיט די ייִדישע טראַדיציעס, באַקענען זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק און קולטור. חוץ אוקראַיִנע, זײַנען אינעם פּראָיעקט באַשעפֿטיקט קאָמאַנדעס פֿון גרוזיע און ישׂראל.

פֿינאַנציעל שטיצן „שורשים־2014‟ די ייִדישע אַגענץ, אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום „גענעזיס‟, דער קאַנאַדער פֿאָנד „אוקראַיִנער־ייִדישע טרעפֿונגען‟, ווי אויף אַ צאָל פּריוואַטע פֿאָנדן. דער צווייטער עטאַפּ פֿונעם פּראָיעקט „שורשים־2014‟ וועט דורכגעפֿירט ווערן אין באַקוריאַני (גרוזיע).

צום באַדויערן, האָט דעם פּראָיעקט פֿינאַנציעל נישט אונטערגעהאַלטן דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס‟, יוליוס מײַנל, נישט געקוקט דערויף, וואָס „שורשים — וואָרצלען פֿון ייִדישער צוקונפֿט אין די תּפֿוצות‟ — פֿלעגט געשטיצט ווערן פֿון דער אָרגאַניזאַציע זינט 2003.

דער קעמפּ וועט פֿירן זײַן אַרבעט ביזן 9טן אויגוסט.