וואַקסנדיקע שׂינאה קעגן מוסולמענער

Growing Hatred of Muslims among American Jews

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 07, 2014, issue of August 29, 2014.

ווי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, בין איך שטאַרק באַזאָרגט און אויפֿגערעגט וועגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע, וואָס בושעוועט צוליבן כּעס איבער ישׂראלס אינוואַזיע אין עזה. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ ייִדן זענען ניט ישׂראלים און ניט אַלע ישׂראלים שטיצן די אַקציעס פֿון נתניהוס רעגירונג, דריקן אויס אַ סך קעגנער פֿון דער מלחמה זייער כּעס ווי אַ פּראָסטן און מנוּוולדיקן אַנטיסעמיטיזם. ווען די אומרויִקע פּראָ־פּאַלעסטינער צעווילדעוועטע מאַסן זענען באַפֿאַלן, למשל, דעם ייִדישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, האָט זיי ניט געאַרט די פּאָליטישע מיינונג פֿון די ייִדישע קונים אין די אָרטיקע רעסטאָראַנען. שולדיק זענען געווען די קונים נאָר צוליב דעם, וואָס זיי זענען ייִדן. וועגן די פֿאַרשידענע קאָמפּליצירטע פּאָליטישע שפּאַלטונגען אין דער ייִדישער קהילה ווילן די אָנפֿאַלער ניט הערן. זיי ווילן פּשוט באַשולדיקן די ייִדן, ווײַל זיי זענען ייִדן, און ישׂראל איז אַ ייִדיש לאַנד.

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַפֿילו ווען אַלע ייִדן אויף דער וועלט וואָלטן געשטיצט נתניהוס באַשלוסן (און ייִדן האָבן קיינמאָל אַלע ניט געשטיצט דעם זעלבן צוועק, אַפֿילו אין משה רבנוס צײַטן), וואָלט דאָס אויך קיין תּירוץ ניט געווען צו באַלאַגערן אַ ייִדישן רעטסאָראַן צי אַ שיל. די איינציקע לעגיטימע פּלעצער, וווּ מע מעג פּראָטעסטירן קעגן די באַשלוסן פֿון אַן אויסלענדישער רעגירונג, זענען עפֿנטלעכע ערטער, ווי סקווערן אָדער פּאַרקן, אָדער פֿאַר אַן אַמבאַסאַדע אָדער קאָנסולאַט, וואָס געהערט צו דעם לאַנדס רעגירונג. דאָס פּראָטעסטירן פֿאַר אַן עטנישן רעסטאָראַן אָדער געשעפֿט מיינט ניט קיין עכטן פּאָליטישן פּראָטעסט, נאָר אַ מין קאָלעקטיווע שטראָף, באַזירט אויף שׂינאה, לויט וועלכן איינער איז שולדיק אין די אַקציעס פֿון אַנדערע פֿון דער זעלביקער גרופּע.

אַן ישׂראלדיקער סאָלדאַט האַלט אַ שילד, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן: „עס אַרט צ׳׳הל מער די פּאַלעסטינער קינדער, ווי זיי אַרן די פּאַלעסטינער אַליין‟
אַן ישׂראלדיקער סאָלדאַט האַלט אַ שילד, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן: „עס אַרט צ׳׳הל מער די פּאַלעסטינער קינדער, ווי זיי אַרן די פּאַלעסטינער אַליין‟

איך דערמאָן דעם סאָרט שׂינאה ניט ווײַל איך וויל שרײַבן אַ גאַנצן אַרטיקל וועגן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע; וועגן דעם האָבן אַנדערע שוין געשריבן. איך האָב עס אָבער דערמאָנט נאָר צוליב דעם, ווײַל איך זע, אַז עס פֿאַרשפּרייט זיך אַן ענלעכע מכּה אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער גאַס: אַ ווילדע שׂינאה צו די מוסולמענער בכלל און פּאַלעסטינער בפֿרט. די דאָזיקע צו מאָל ראַסיסטישע שׂינאה, אַזוי ווי דער אייראָפּעיִשער אַנטיסעמיטיזם, האָט, אַוודאַי, עקזיסטירט לאַנג פֿאַר דעם, וואָס ישׂראל און „כאַמאַס‟ האָבן אָנגעהויבן זייערע בלוטיקע קאַמפֿן. אין ביידע פֿאַלן, אָבער, האָט די שׂינאה זיך אַלץ מער און מער פֿאַרשפּרייט צוליב דער מלחמה, און זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון אַ מאַרגינאַלן פֿענאָמען אין אַ „הויפּט־שטראָמיקן‟.

הרבֿ דוד סעט־קירשנער, למשל, דער פּרעזידענט פֿונעם ניו־יאָריקער „ועד הרבנים‟, וואָס נעמט אַרײַן רבנים פֿון די רעפֿאָרמער, קאָנסערוואַטיווער, אָרטאָדאָקסישער און „ווידערבוי‟־באַוועגונגען, האָט זונטיק דעם 29סטן יולי גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון 10,000 פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַנטן אין מאַנהעטן. די מאַסן־דעמאָנסטראַציע, אונטערן נאָמען „ניו־יאָרק שטייט מיט ישׂראל‟, האָט אינדאָרסירט כּמעט אַלע הויפּט־שטראָמיקע פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין דער ניו־יאָריקער געגנט, אַרײַנגערעכנט די היגע ייִדישע פֿעדעראַציעס, וואָס דינען ווי אַ מין כּמו־אָפֿיציעלע ייִדישע זעלבסט־רעגירונג. בעת זײַן רעדע האָט הרבֿ סעט־קירשנער געזאָגט דעם עולם, אַז די ציווילע בירגער אין עזה, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר „כאַמאַס‟, זענען ניט קיין עכטע ציווילע; זיי זענען שולדיק אין אַלץ, וואָס „כאַמאַס‟ טוט. דער עולם האָט אויף דעם אַפּלאָדירט און געשריגן, ווי אַ באַווײַז, אַז דער רבֿ איז גערעכט.

בײַ די פּאַלעסטינער וואַלן אין 2006, לאָמיר עס דערמאָנען, האָט די טעראָריסטישע גרופּע „כאַמאַס‟ געוווּנען בלויז 45% פֿון די שטימען, און אַ סך פּאַלעסטינער האָבן אַפֿילו ניט געשטימט. דערצו איז די סיבה פֿאַר וואָס „כאַמאַס‟ האָט באַקומען אַזוי פֿיל שטימען, ניט זײַן שטעלונג צו ישׂראל, נאָר ווײַל זײַן קעגנער, „פֿאַטאַך‟, וואָס איז צו יענער צײַט געווען בײַ דער מאַכט, איז געווען ווילד־קאָרומפּטירט און האָט שלעכט אויסגעפֿירט די אַרבעט. ס׳איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען דעם פֿאַקט, אַז אַ העלפֿט פֿון דער עזה־באַפֿעלקערונג איז הײַנט ייִנגער פֿון 18 יאָר. ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז די וואָס האָבן אַפֿילו געקענט שטימען מיט 8 יאָר צוריק זענען איצט אַלע עלטער פֿון 26 יאָר, פֿאַרשטייט מען, אַז אַרום 65% פֿון דער הײַנטיקער באַפֿעלקערונג אין עזה האָט אַפֿילו דעמאָלט ניט געקענט שטימען. הייסט עס, אַז בלויז אַרום 15% פֿון דער הײַנטיקער עזה־באַפֿעלקערונג האָט געשטימט פֿאַר „כאַמאַס‟ - בלויז איין מאָל, מיט 8 יאָר צוריק.

אַפֿילו ווען יעדער ציווילער אײַנוווינער אין עזה וואָלט געשטיצט „כאַמאַס‟, וואָלט עס זיי קיין קעמפֿער ניט געמאַכט, זיי וואָלטן נאָך אַלץ געווען ציווילע בירגער. און אַ ציווילער מענטש, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס הרבֿ סעט־קירשנער זאָגט, איז קיינמאָל ניט קיין לעגיטימער ציל. פֿאַרשטייט זיך, אַז כאָטש ער האָט עס ניט בפֿירוש געזאָגט, האָט הרבֿ סעט־קירשנער מיט זײַן טענה געמיינט צו זאָגן, אַז מע זאָל ניט רעכענען אַ סך פֿון די עזה ציווילע אײַנוווינער, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן דורך צ׳׳הל ווי ציווילע מענטשן, ווײַל זיי זענען אַליין שולדיק אין אַלץ, וואָס „כאַמאַס‟ טוט. מאָראַליש וואָלט עס געמיינט די זעלבע זאַך ווי צו זאָגן, אַז יעדער ישׂראלי אָדער יעדער ייִד, איז שולדיק אין דעם, וואָס צה׳׳ל טוט. מיט אַזאַ לאָגיק פֿון קאָלעקטיווער שטראָף באַרעכטיקט טאַקע „כאַמאַס‟ די ראַקעטן, וואָס ווערן אַרויסגעשאָסן אויף די ישׂראלדיקע שטעט און שטעטלעך, ווײַל „כאַמאַס‟ האַלט, אַז אַלע, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר דער איצטיקער ישׂראלדיקער רעגירונג, זענען „מיט־שולדיקע‟.

אַ פּאַלעסטינער מאַמע באַווײנט אין „אַל־שיפֿראַ‟־שפּיטאָל אין עזה, איר אומגעקומען קינד. דינסטיק, דעם 29סטן יולי
אַ פּאַלעסטינער מאַמע באַווײנט אין „אַל־שיפֿראַ‟־שפּיטאָל אין עזה, איר אומגעקומען קינד. דינסטיק, דעם 29סטן יולי

דער פֿאַקט, וואָס דער פּרעזידנעט פֿון אַ וויכטיקן „ועד־הרבנים‟, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אָפֿיציעלער ניו־יאָריקער ייִדישער קהילה, האָט זיך דערלויבט צו רעדן אַזעלכע געפֿערלעכע רייד בשמך פֿון אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע, איז גאָר אַ שלעכטער סימן. דער פֿאַקט, וואָס זייער ווייניק מענטשן האָבן אים דערפֿאַר פֿאַרדאַמט, איז נאָך ערגער.

פֿיל ערגער איז אָבער, אַז אַ ראַסיסטיש בילד, איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן נאָך דעם, וואָס דער ישׂראלדיקער קאָנסולאַט אין ניו־יאָרק האָט עס פֿאַרשפּרייט אויפֿן „פֿייסבוק‟. אינעם בילד האַלט אַ יונגער ישׂראלדיקער סאָלדאַט אין ניו־יאָרק אַ שילד, אויף וועלכן עס שטייט געשריבן: „עס אַרט צ׳׳הל מער די פּאַלעסטינער קינדער, ווי זיי אַרן די פּאַלעסטינער אַליין‟. דער איצטיקער בילבול איז אין תּוך אַ גילגול פֿון גאָלדע מאירס באַקאַנטע ווערטער: „מיר קענען פֿאַרגעבן די אַראַבער פֿאַרן הרגענען אונדזערע קינדער. מיר קענען זיי אָבער ניט פֿאַרגעבן פֿאַרן צווינגען אונדז צו הרגענען זייערע קינדער. דער שלום וועט קומען נאָר דעמאָלט, ווען די אַראַבער וועלן מער ליב האָבן זייערע קינדער, ווי זיי האָבן אונדז פֿײַנט‟. (דער דאָזיקער צינישער ציטאַט פֿון 1957, האָב איך, דרך־אַגבֿ, צום ערשט געלייענט אויף אַן אויסשטעלונג אין דעם מוזיי פֿאַר דער „נאָבעל־פּרעמיע‟, געווידמעט דער געשיכטע פֿון ראַסיזם. דער געדאַנק, אַז אַראַבער ברענגען אום די קינדער ווי אַ קרבן, איז אַן אַלטער ראַסיסטישער בילבול, וואָס עקזיסטירט שוין הונדערטער יאָרן.)

מיר איז בפֿירוש שווער אָנצונעמען דעם ראַסיסטישן תּירוץ צו דעהומאַניזירן די פּאַלעסטינער און ניט האָבן צו זיי קיין מיטגעפֿיל, ווײַל אין קעגנזאַץ צום רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן דאָס בילד פֿאַרשפּרייט אויפֿן „פֿייסבוק‟ און עס פֿאַרוואַנדלט אין אַן אינטערנעץ־„מים‟ (meme), קען איך עכטע פּאַלעסטינער. און להיפּוך צו דעם בילד, וואָס דער ישׂראלדיקער קאָנסולאַט פֿאַרשפּרייט, ווייס איך, אַז זיי, די דאָזיקע פּאַלעסטינער, זיצן אין קיך אין ניו־דזשערזי, און רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן מיט דער משפּחה אין עזה. זיי זענען אויסער זיך פֿאַר זאָרג וועגן זייערע יונגע קוזינען, ווען זיי הערן, ווי עס פֿאַלן די באָמבעס. עס אַרט זיי שטאַרק דאָס לעבן און וווילזײַן פֿון זייערע קינדער. פּונקט אַזוי, ווי עס אַרט יעדער מאַמע אין שׂדרות דאָס לעבן און וווילזײַן פֿון אירע קינדער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס זאָלן ניט זײַן אירע פּאָליטישע מיינונגען.

דאָס זענען, צום באַדויערן, נאָר צוויי בײַשפּילן פֿון צענדליקער אַזעלכע אינצידענטן, אין וועלכע ייִדן האָבן פֿאַרדאַמט די מוסולעמענער אָדער פּאַלעסטינער, וואָס איך האָב געזען אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟ אין די לעצטע וואָכן. איך האָב די צוויי אויסגעקליבן, ניט צוליב דעם, וואָס זיי זענען די ערגסטע, נאָר צוליב דעם, וואָס וויכטיקע פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה האָבן זיי געמאַכט אָדער פֿאַרשפּרייט.

איך בין באמת געפּלעפֿט פֿון דער סיטואַציע. פֿון איין זײַט, פֿאַרשטיי איך, אַז בעת מלחמות איז מען זייער באַזאָרגט און מע פֿילט זיך געדריקט, און צוליב דעם זאָגט מען צו מאָל עקלדיקע זאַכן, וואָס מע וואָלט אַנדערש קיינמאָל ניט געזאָגט. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווייס איך אויך, אַז צוליב דעם וואָס מענטשן האָבן אַזאַ טבֿע, איז עס בפֿירוש וויכטיק, מע זאָל אַזעלכע רייד גלײַך פֿאַרדאַמען ווײַל ווי בײַ אַ סך קראַנקייטן, איז די שׂינאה אַ מכּה, וואָס פֿאַרשפּרייט זיך זייער גיך, ווען מע איז אונטער אַ שווערן דרוק. און אין אַזאַ מלחמה־צײַט פֿון זאָרג, אויפֿגעבראַכטקייט און טרויער, זענען די שאַנסן, אַז עמעצער, וועט עפּעס, חלילה, דראַסטיש שלעכטס טאָן, צוליב אַזאַ רעטאָריק - גרעסער. אַזאַ רעזולטאַט האָט מען שוין געזען אינעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז.