דער באַגריף פֿונעם ליטעראַרישן קאַנאָן איז ניט פּאָפּולער הײַנט צװישן די אַמעריקאַנער ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער. מען האַלט, אַז דאָס איז אַ מין כּלי צו דערדריקן כּלערלײ מינאָריטעט־קולטורן דורך דערקלערן די װערק פֿון די אײראָפּעיִשע װײַסע טױטע מאַנצבילן פֿאַר מוסטערװערק פֿון דער װעלט־קולטור. די רוסישע קולטור איז אינעם דאָזיקן זין אַ סך מער קאָנסערװאַטיװ, און מען פֿירט נאָך אַלץ הײסע װיכּוחים װעגן דעם גענױעם באַשטאַנד פֿון דער קאַנאָן־רשימה פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.
אײנער פֿון די סאַמע געטרײַע אָנהענגער פֿונעם קאַנאָנישן צוגאַנג צו דער רוסישער ליטעראַטור איז דער שרײַבער און דיכטער אָלעג יוריעװ. אין זײַנע עסײען באַהאַנדלט ער פֿאַרשידענע ליטעראַרישע פֿיגורן, װאָס ער האַלט זיי פֿאַר װערטפֿולע קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען הױכע מדרגות אין דער רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע. דערבײַ שפּיגלט זײַן רשימה אָפּ, קודם־כּל, זײַן אײגענעם געשמאַק און נעמט אַרײַן נעמען, װאָס זײַנען קױם באַקאַנט דער ברײטערער לײענערשאַפֿט. עס גײט דאָ ניט אין דעם, צי מען װעט טאַקע יאָ שאַפֿן אַ פֿעסטבאַשטימטן ליטעראַרישן קאַנאָן לעולם־ועד, נאָר אין די פּרינציפּן פֿונעם אױסקלײַב.
די עיקר־פֿראַגע, װאָס יוריעװ באַהאַנדלט אין זײַן נײַעם בוך „דער שרײַבער װי אַ מיט־חבֿר אינעם בלײַבן בײַם לעבן‟, האָט צו טאָן מיט דער פֿעיִקײט פֿונעם ליטעראַרישן װאָרט זיך אַנטקעגצושטעלן דעם הױפּט־שטראָם פֿון דער הערשנדיקער מאַסן־קולטור. ער זוכט אַזעלכע דיכטער און שרײַבער, װאָס זײַנען געװען בכּוח צו שאַפֿן און אָפּהיטן זײער אײגענעם סטיל אין דער תּקופֿה פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם. אין טעאָריע, זאָגט יוריעװ, איז אין אינעם סאָװעטישן לעבן ניט געװען קײן אָרט פֿאַר אַ „פּריװאַטן ניװאָ‟. דער הױפּט־ציל פֿון דער סאָװעטישער דערציִונג־ און קולטור־סיסטעם איז געװען אײַנצושליסן יעדן יחיד, מיט אַלע זײַנע פּריװאַטע געפֿילן, אינעם גרעסערן גוף פֿון דער סאָװעטישער געזעלשאַפֿט. אָבער פּראַקטיש האָט זיך דער דאָזיקער פּראָיעקט ניט געלאָזט מקוים װערן, און עס האָבן זיך געשאַפֿן כּלערלײ שפּאַלטן און קעשענעס אין דער געזעלשאַפֿטלעכער געבײַדע, װוּ עס האָבן זיך אָפּגעהיט פֿאַרשידנאַרטיקע מאַרגינאַלע פֿיגורן.
אַזױ אַרום באַקומט דער באַגריף פֿון קאַנאָן בײַ יוריעװן אַן אַנדערן באַטײַט אײדער אין דער אַמעריקאַנער קאָנסערװאַטיװער טראַדיציע. זײַן קאַנאָן איז אַ פּראָדוקט פֿונעם עסטעטישן און מאָראַלישן װידערשטאַנד קעגן דעם דרוק פֿון דער אָפֿיציעלער קולטור, און ניט װי איר חוט־השׂדרה. יוריעװס העלדן זײַנען פֿיגורן אױפֿן ראַנד, װאָס האָבן אָפֿטמאָל געשריבן פֿאַר זיך אַלײן אָדער פֿאַר אַ קלײנער סבֿיבֿה פֿון גוטע באַקאַנטע. אין זײַנע עסײען פּרוּװט יוריעװ צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ איז די דאָזיקע ראַנד־קולטור אַנטשטאַנען, צומאָל אין דער סאַמע מיט פֿונעם סאָװעטישן הױפּט־שטראָם.
אין זײַנע אײגענע ראָמאַנען גיט זיך יוריעװ אָפּ מיט דער ייִדישער טעמע, װאָס ער טײַטשט זי אױס אױף אַ מיטאָלאָגישן אופֿן. די דאָזיקע טעמע װערט באַרירט אינעם נײַעם בוך אױך, אָבער פֿון אַן אַנדער קוקװינקל. דאָ גײט די רײד װעגן דעם ייִדישן יחיד, װאָס פֿילט זיך אַ ביסל פֿרעמד צװישן אַנדערע מענטשן. די ייִדישקײט גופֿא, װי אַן אײגנאַרטיקער לעבנס־שטײגער אָדער אמונה, שפּילט דערבײַ ניט קיין װיכטיקע ראָלע. „איך בין געװען אַ ייִד. אָבער קײן ספּעציעלן זין האָט דאָס ניט געהאַט‟, דערמאָנט זיך יוריעװ װעגן זײַנע קינדער־יאָרן אין לענינגראַד.
שפּעטער, שױן נאָך זײַן עמיגראַציע קײן דײַטשלאַנד, האָט ער געזאָגט אין דער דאַנק־רעדע פֿאַר באַקומען אַ בכּבֿודיקע ליטעראַרישע פּרעמיע: „איך בין אַ ייִד, געבױרן אין גלות אין דער סאַמע שענסטער פֿון אַלע גלות־שטעט.‟ די הײמלאָזיקײט פֿונעם גלות און די ליבע צו זײַן הײמשטאָט לענינגראַד־פּעטערבורג זײַנען צװײ װיכטיקע טעמעס פֿון יוריעװס שאַפֿונג. פֿון כּמעט דרײַסיק עסײען אינעם בוך האָבן קנאַפּע פֿינף אָדער זעקס אַ דירעקטן שײַכות צו דער ייִדישער פּראָבלעמאַטיק, הגם אַלע באַרירן זיי אַזױ אָדער אַנדערש דעם גלות־צושטאַנד פֿון אַ קינסטלער אין דער געזעלשאַפֿט.
צװישן יוריעװס באַליבטע ביכער איז שלום־עליכמס „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟, װײַל די יתום־פֿיגור פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין יוריעװס השׂגה װעגן דעם ליטעראַרישן קאַנאָן. אַזױ אָדער אַנדערש זײַנען אַלע פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ליטעראַריש־היסטאָרישע עסײען יתומים, װעלכע האָבן פֿאַרלױרן זײערע גײַסטלעכע עלטערן און איצט זוכן זיי אַן אײגענעם װינקל אין דער פֿרעמדער נײַער װעלט.
אַן עכטע ליטעראַטור װאַקסט אַרויס פֿון דער פּערזענלעכער אָפּפֿרעמד־דערפֿאַרונג, פֿונעם פֿילן זיך אַנדערש ווי די מאַסע. יעדער אײנער געפֿינט זײַן װעג און מעטאָד פֿון שרײַבן, כּדי צו פֿאַרבלײַבן לעבעדיק און שעפֿעריש. אײניקע, װי שלום־עליכמס מאָטל, בלײַבן פֿרײלעך און גליקלעך, ניט געקוקט אױף אַלע צרות. אַנדערע, װי דער דײַטשיש־ייִדישער טשערנאָװיצער דיכטער פּאַול צעלאַן, געפֿינען זײער נײַע הײם אין דער שפּראַך פֿון זײער יוגנט, אױף צולהכעיס די שׂונאים, װאָס האָבן געװאָלט בײַ זיי צוגנבֿענען די דאָזיקע שפּראַך. נאָך אַנדערע, װי דער פֿראַנצױזישער קינסטלער און שרײַבער מישעל מאַטװעיעװ, װאָס איז געבױרן געװאָרן אין יפֿו מיטן נאָמען יוסף קאָנסטאַנטינאָװסקי און אױפֿגעװאַקסן אין אָדעס, דערצײלן די געשיכטע פֿון ביטערע צרות פֿונעם גאַנצן דור רוסיש־ייִדישע פּליטים נאָכן בירגער־קריג מיט אַ קאַלטער רויִקײט.
יוריעװס בוך איז אַ פּרוּװ צו פֿאַרטײדיקן דעם שרײַבערס פֿרײַהײט צו מישפּטן ליטעראַטור לױט זײַן אײגענעם געשמאַק און פּרינציפּן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.