ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די אַרעגנטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער, האָט בעת אַ רעדע באַשולדיקט די ייִדן אין וועלן חרובֿ מאַכן אַרגענטינע
Getty Images
די אַרעגנטינער פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער, האָט בעת אַ רעדע באַשולדיקט די ייִדן אין וועלן חרובֿ מאַכן אַרגענטינע

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published August 07, 2014, issue of August 29, 2014.

אַז אַרגענטינע באַנקראָטירט — זײַנען שולדיק די ייִדן

אַרגענטינע מאַכט דורך אַ שװערן עקאָנאָמישן קריזיס, אָבער דאָס איז ניט קיין נײַעס. פֿינף מאָל אין די לעצטע 15 יאָר האָט זי ניט באַצאָלט אירע חובֿות פֿאַר די הלװאָות, װאָס די אַרגענטינער רעגירונגען האָבן אין די לעצטע 50 יאָר גענומען פֿון בענק אָדער פֿון באָנדס, װאָס זי האָט אַרויסגעלאָזט אויפֿן פֿינאַנציעלן מאַרק. דער שװערסטער מאָמענט איז געװען אין 2001, װען זי האָט פֿאַקטיש באַנקראָטירט און נאָך לאַנגע פֿאַרהאַנדלונגען האָט אַרגענטינע באַװיזן אין 2005 דורכקומען מיט אַ 93% פֿון די, װעלכע האָבן געהאַט אַרגענטינער באָנדס; זיי האָבן באַקומען נײַע באָנדס אויף אַ 30% פֿונעם חובֿ אויף 30 יאָר, און מען האָט זיי פּינקטלעך אויסגעצאָלט די אינטערעסן 2 מאָל אין יאָר.

איז דאָך גוט, אָבער די בענק האָבן אָפּגעקויפֿט פֿאַר אַ שישקע די 7% פֿון חובֿ און אָנגעגעבן אַרגענטינע אין ניו־יאָרקער געריכט. די פֿאָנדן װייסן פֿון גאָר נישט און װילן באַקומען 100%. אַרגענטינע קען זיי ניט אַנטקעגנקומען, װײַל די, מיט װעלכע זי האָט דערליידיקט, קענען מאַכן אַ מישפּט און פֿאָדערן דעם טייל, װאָס מען האָט בײַ זיי אַראָפּגענומען. דער ריכטער גריעסאַ, די 2טע אינסטאַנץ, און אַפֿילו דאָס העכסטע געריכט האָבן געפּסקנט, אַז די בענק און די פֿאָנדן דאַרפֿן באַקומען דעם גאַנצן חובֿ. פֿאַקטיש איז אַרגענטינע גערעכט, װײַל די פֿאָנדן װעלן פֿאַרדינען אַ 1500% פֿון זייער אינװעסטיציע; אָבער אויך די פֿאָנדן זײַנען גערעכט, װײַל זיי זײַנען ניט שולדיק, אַז די פֿריִערדיקע אַרגענטינער אַדמיניסטראַציעס האָבן באַקומען געלטער, װאָס מען האָט פֿאַרתּכלעװעט. אַרגענטינע איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טעכנישן באַנקראָט, װאָס װעט נאָך מער פֿאַרשװערן די איצטיקע עקאָנאָמישע לאַגע.

קומט אָבער אויס, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿון די פֿאָנדן, די בענק, די אייגנטימער און די אַדװאָקאַטן זײַנען ייִדן, אָדער טראָגן ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען. האָט די פּרעזידענטין אין איר רעדע פֿאַרגלײַכט די באָמבאַרדירונגען, װאָס ישׂראל פֿירט דורך אין עזה צו די „ראַקעטן, װאָס די בענק װאַרפֿן אויף דער אַרגענטינער װירטשאַפֿט‟. הייסט עס, אַז ייִדן הרגענען אומשולדיקע פּאַלעסטינער, און ייִדן װילן חרובֿ מאַכן אַרגענטינע.

פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַנטיסעמיטן האָבן אויסגעניצט אָט די דעקלאַראַציעס, און די „דאַיאַ‟, און די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָבן שאַרף קריטיקירט אירע רייד און דערקלערט עפֿנטלעך דאָס רעכט פֿון דער מדינה צו פֿאַרטיידיקן אירע בירגער.

דער אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן, האָט ענערגיש געפֿאָדערט פֿון ישׂראל צו פֿאַרטיידיקן דאָס לעבן פֿון כאָרכע הערנאַנדעז, אַן אַרגענטינער גלח, װאָס פֿירט דורך זײַן פּאַסטאָראַלע מיסיע אין עזה; ער װיל ניט פֿאַרלאָזן זײַן קירכע און דעם מושבֿ־זקנים, װוּ דרײַ מאָנאַשקעס באַדינען 9 עלטערע פֿרויען, און אַ היים, וווּ עס װוינען 29 יתומים. אויך דאָס האָט דערמאָנט די אַרגענטינער פּרעזידענטין אין איר רעדע; אָבער, צום באַדויערן, האָט זי גאָר נישט דערמאָנט װעגן די איבער 100,000 אַרגענטינער, װאָס ליידן אין ישׂראל פֿון די טונעלן און די ראַקעטן פֿון „כאַמאַס‟.


אַנטיסעמיטיזם אין די פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן

דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון איינער פֿון די גרעסטע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿטן אין אַרגענטינע, דער ספּאָרט־קלוב „ריװער פּלייט‟, װאָס גיט זיך אָפּ מיט די פֿאַרשיידענע דערציִונג־אַנשטאַלטן פֿונעם קלוב, האָט דערקלערט, אַז „ייִדן האָבן קיין מאָל ניט געליטן, נאָר פֿאַרקערט, זיי האָבן שטענדיק אונטערגעדריקט אַנדערע‟. ער האָט אויך דערמאָנט די װערטער פֿון דעם נאָר װאָס געשטאָרבענעם פּרעזידענט פֿון דער אַרגענטינער פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע און װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿוסבאָל־פֿעדעראַציע, כוליאָ גראָנדאָנאַ, װאָס האָט זיך אויסגעדריקט, אַז „ייִדן קענען ניט װערן פֿוסבאָל־שופֿטים, װײַל זיי קענען ניט אונטערנעמען קיין שום פֿאַרמעסט‟. די „דאַיאַ‟ באַקלערט, װעלכע שריט װעט זי אָננעמען.


נאָוואַציעס אין דער „אָרט‟־סיסטעם

די פֿאָלקשול „חיים װייצמאַן‟ האָט אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט דער „טעכנישער אָרט-שול‟. „אָרט‟ װעט אָנװענדן די מאָדערנסטע טעכנאָלאָגישע מעטאָדן פֿאַרן אונרערריכטן מיט די ייִדישע לימודים, און די תּלמידים װעלן פֿאַררעכנט װערן װי אַ טייל פֿון דער „אָרט‟־נעץ, און קענען דירעקט אַרײַנטרעטן אין דער „אָרט‟־מיטלשול.


אַ קונסט־ווערק אין אָנדענק פֿון דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין

מאָנטיק, דעם 4טן אויגוסט איז דערעפֿנט געװאָרן אין דעם אוניװערסיטאַרן צענטער, ריקאַרדאָ ראָכאַס, װאָס געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון דעם אַרגענטינער ייִװאָ, אַן אויסשטעלונג, געװידמעט דעם 20סטן אַניװערסאַר פֿון דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין. בײַ דער געלעגנהייט האָט מען אויפֿגעשטעלט אויף דער גאַס אַ קונסט־װערק פֿון מאַרסעלאָ בראָדסקי, װאָס ער האָט געשאַפֿן מיט שטיינער פֿונעם צעשטערטן בנין. בײַ דער געלעגנהייט האָבן גערעדט פּאַבלאָ רייזמאַן, װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער קהילה; דיעגאָ דיניץ, פֿאָרזיצער פֿונעם ספּאָרטקלוב „העבראַיִקאַ‟, װאָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער איניציאַטיװ; דער קולטור־סעקרעטאַר פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, הערנאַן לאָמבאַרדי, און דער רעקטאָר פֿון דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט, אַלבערטאָ באַרביערי.


דאָס 114טע אָפּגעראַטעוועטע אייניקל

עסטעלאַ קאַרלאָטאָ, די אָנפֿירערין פֿון די „פּלאַסאַ מאַיאָ־באָבעס‟, די אָרגאַניזאַציע, װאָס זוכט זייערע אייניקלעך, װעלכע די מיליטערישע כונטע האָט צוגענומען בײַ די מאַמעס, וואָס מ‘האָט זיי אַרעסטירט און זיי זײַנען „פֿאַרשװוּנדן‟ געוואָרן אין די 1970ער יאָרן, האָט געפֿונען איר אייניקל נאָך 37 יאָר זוכענישן. דאָס איז דאָס 114טע אייניקל, װאָס די באָבעס האָבן אָפּגעראַטעװעט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.