אַ קאַלטער שפּיץ־מעסער לעבן מײַן אויג

A Cold Knife Next to My Eye


פֿון עמיל קאַלין

Published August 08, 2014, issue of August 29, 2014.

מע קען נישט אָטעמען. מע לאָזט נישט אָטעמען. די שבתדיקע נאַכט איז געווען הייס און פֿײַכט, ווי עס פּאַסט פֿאַר די נעכט פֿון חודש אָבֿ. דאָס ווײַב איז געשטאַנען אין אַ ברייטן שלאָפֿראָק און געקײַט אַ פֿלוים. דער געדיכטער שווייס האָט צוגעגעבן איר פּנים אַ מאָדנעם גלאַנץ. זי האָט געקײַט און גערעדט: „שטעל אָן דעם מזגן. איך פּגר פֿון היץ‟.

עס איז אַנומלטן געוואָרן אַ שטיקל רײַזע צוצוקומען צו דעם לופֿטקילער. צענדליקער קאַסטנס, בעבעכעס, שמאַטעס, קליידער, פּאַפּירן און זעקעלעך וואַרטן אויף די בעלי-גופֿים זיי זאָלן דאָס אַלץ אַריבערפֿירן אין אונדזער נײַער דירה, אָבער דערווײַל פֿאַרנעמען זיי יעדעס פֿרײַ שטיקל אָרט אין אונדזער וווינצימער. מיר קלײַבן זיך אַריבער אין אַ וואָך אַרום צו אַ גרעסערער דירה, און דער באַלאַגאַן וועלטיקט בײַ אונדז נאָך מער ווי פֿריִער.

איך האָב אָנגעשטעלט דעם לופֿטקילער און מיר זענען אַנטשלאָפֿן געוואָרן — יעדער אויף „זײַן‟ קאַנאַפּע. מײַן שלאָף איז געווען לײַכט, אומרויִק, פֿול מיט קורצע חלומות, אומזיניקע בילדער, וואָס האָבן זיך געביטן בליץ-שנעל: איין בילד האָט זיך נישט גוט אָנגעהויבן, און אָט רײַסט זיך שוין אין אים אַרײַן אַ צווייט בילד. דער לופֿטקילער האָט געזשומעט, אָבער עס איז מיר נאָך אַלץ געווען הייס.

איין חלום געדענק איך גוט: איך האָב געוואַרט אויפֿן אויטאָבוס און פּלוצעם האָב איך דערפֿילט אַ קאַלטקייט פֿון אַ שפּיץ־מעסער לעבן מײַן לינקן אויג. אָן אַן איבעריקן טראַכט האָבן איך אויסגעדרייט דעם קאָפּ און דערזען אַ יונגן אַראַבער: אַ שלאַנקער, אָ הויכער, אַן אָפּגעגאָלטער, אָנגעטאָן גאַנץ מערבֿדיק. עס האָט גאָרנישט געשמעקט פֿון אים מיט פֿאַנאַטישן איסלאַם און דאָך, איז ער געשטאַנען לעבן מיר, און זיך שיִער ניט אָנגעשפּאַרט מיטן שפּיץ מעסער אין מײַן באַק. אין מויל איז מיר איבערגעטריקנט געוואָרן; פֿון דעסטוועגן, האָב איך אָנגעשטרענגט מײַנע כּוחות און זיך אָנגערופֿן צו אים: „לאָז אַראָפּ דעם מעסער, וואָס טויג דיר מיך צו הרגענען? מיט איין ייִד ווייניקער? וואָס איז שוין דער חילוק? לאָז מיך בעסער לעבן‟.

זײַן האַרץ איז געוואָרן ווייכער, און ער האָט אַראָפּגעלאָזט דעם מעסער. גראָד אין דער צײַט איז צוגעפֿאָרן דער אויטאָבוס און איך בין אין אים אַרײַן. דער אַראַבער — נאָך מיר. איך האָב געהאַלטן אַ גאַנצע דרשה פֿאַרן שלום, ריכטיקער, פֿאַרן לעבן. צו וואָס הרגענען? ער וועט לעבן, איך וועל לעבן — שלום. דעם המשך געדענק איך שוין נישט. איך געדענק נאָר מײַן חידוש פֿון די אייגענע דיבורים: ווי קום איך צו אַזוינע שלום־רייד? מע קען דען הײַנטיקע טעג גלייבן, אַז אַ שלום איז מעגלעך? טאַקע מעגלעך? נישט ווי עפּעס אַ חלום, אַ וויזיע, אַ לעכצונג, אַ תּירוץ אײַנצופֿירן גערעכטיקייט לויט די אייגענע השׂגות? נישט עפּעס וואָס מע „מוז‟ גלייבן אין אים, ווײַל, אויב נישט — איז וואָס יאָ? ניין, מע דאַרף נישט קיין פּאַפּירן. איך מיין טאַקע שלום. איך לעב און ער לעבט. ער טשעפּעט זיך נישט צו מיר און איך… וואָס האָב איך דען צו אים? אַ מענטש, ווי אַלע מענטשן…

בשעתן רעדן האָב איך געוואָרפֿן פֿאָרשנדיקע בליקן אויף זײַן פּנים, אויף זײַנע הענט, טאָמער באַרעכנט ער זיך און שטעלט ווידער אָן אויף מיר דעם מעסער?!

דער חלום האָט זיך אויסגעוועפּט. אַ ווײַטער אַלאַרעם האָט מיך אויפֿגעוועקט. איך האָב געפּרוּווט אויפֿהייבן דעם קאָפּ. ער איז געווען שווער. מײַן ווײַב איז שוין געשטאַנען לעבן מיר. איך האָב זיך נאָך נישט מישבֿ געווען, צי איך זאָל זיך אויפֿשטעלן, צי נישט. זאָלן זיי שיסן. עס איז שבת, אַזייגער זעקס אין דער פֿרי. איך לויף נישט טרעפּ אַראָפּ.

זי האָט מיר דערלאַנגט די ברילן. „נאַ, דו הערסט דען נישט, אַז מע אַלאַמירט שוין ווידער?‟

שוין זיצנדיק אין די פּיזשאַמעס אויף די שטויביקע טרעפּ, האָט זי געקריצט מיט די ציין: „כ’האָב פֿײַנט ׳כאַמאַס׳!‟ איך האָב צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ. מײַן מוח איז געווען פֿול מיטן שלאָף-טשאַד, וואָס האָט נישט צוגעלאָזט קיין שׂינאה.

צוויי הילכיקע אויפֿרײַסן האָבן זיך דערהערט. דאָס האָט מיך אויפֿגעוועקט ענדגילטיק. איך האָב געפֿילט ווי אַ כּעס — אַ שטילער, אָבער אַ פֿעסטער, האָט געבולבעט אין מיר. עס איז אויפֿגעשוווּמען פֿאַר מײַנע אויגן דער שער-בלאַט פֿון דעם לעצטן נומער „עקאָנאָמיסט‟, וואָס איז מודיע געווען, אַז ישׂראל האָט געוווּנען דעם שלאַכט און זיגט אין דער מלחמה. איך האָב געלייענט דעם תּמצית אויף דער אינטערנעץ: די באַקאַנטע זאַצן, וואָס ווערן שוין דערעסן: „ישׂראל פֿאַרלירט שטיצע! ישׂראל וועט זיך נישט קענען פֿאַרלאָזן אויף אייראָפּע! ישׂראל איז איזאָלירט! אייראָפּע ווערט איסלאַמיזירן!…‟

די זשורנאַליסטן, פּראָפֿעסאָרן און חכמי־הדיפּלאָמאַטיע זאָגט אונדז, דער יונגער, פֿאַרפּיזשאַמטער פּאָר, צו אַ ביטערן גורל?! אין זייערע רייד איז דאָך נישטאָ קיין ברעקל נחמה, אַ שפּור פֿון פֿאַרשטענדעניש אָדער מיטלייד. גאָר־גאָרנישט. נאָר האַרטע, קאַלטע אַנאַליזן, פֿול מיט שׂכל-הישר, וואָס קומען פֿון אַן אַנדער פּלאַנעט, זיי קומען נישט אין באַריר מיט די געפֿילן, וואָס שווימען אויף בײַ אונדז אַצינד: שׂינאה, פֿאַרלוירנקייט, פֿאַרצווייפֿלונג, מורא.

וואָס טויגן זייערע טעאָריעס? זייער פּאָסט-מאָדערניזם? זיי קענען דען אונדז פֿאַרשטיין, מיטפֿילן? איך בין געווען גרייט זיי צערײַסן אויף שטיקער. זיי דאַרפֿן מײַן טויט. מײַן טויט איז זייער „קאַטאַרסיס‟.

וועמען גיי איך אָן? ווער קען מיך פֿאַרשטיין? און מײַן ווײַב? מע וועט אונדז פֿאַרדאַמען, ווי די ערגסטע גײַסטלעכע קריפּלונגען. און דאָס נאָך-נישט-געבוירענע נפֿשל אין זײַן מאַמעס בויך? וואָס פֿאַר אַ גורל זאָגן זיי אים צו? וואָס ווינטשן זיי אים? אונטערגאַנג?..

עס זענען אַריבער אַ פֿינף מינוט, און מיר האָבן אַרויפֿגעקלעטערט צוריק צו אונדזער צימער. איך בין אַנטשלאָפֿן געוואָרן גיך: איך בין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שוואַרצן שלאָף, אָן חלומות. אפֿשר איז עס טאַקע אַ פּלאַן, איבערצולאָזן די חלומות אויף בעסערע, זיכערערע צײַטן.