דינסטיק, דעם 12טן אויגוסט, ווערט 62 יאָר זינט דעם מאָרד פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווי יעדעס יאָר, וועט דער „קולטור־קאָנגרעס‟ אָנפֿירן מיט אַ טרויער־אַקאַדעמיע, געווידמעט זייער אָנדענק. אויף דעם הײַיאָריקן אָוונט, אָרגאַניזירט צוזאַמען מיטן „אַרבעטער־רינג‟ און דעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט‟, וועט די זינגערין סאָפֿיע פֿאַן־ליר פֿאָרשטעלן אַ קאָצערט־פּראָגראַם פֿון סאָוועטישער ייִדישער מוזיק. באַגלייטן זי אויף דער פּיאַנע וועט דמיטרי דאָווער. ד׳׳ר טאָם בירד פֿון „קווינס־קאָלעדזש‟ וועט באַגריסן דעם עולם און רעדן וועגן דעם היסטאָרישן באַטײַט פֿון דער טרויעריקער דאַטע.
דער אָוונט קומט פֿאָר 6:30 אין „ייִוואָ‟, 15 וועסט, 16טע גאַס. דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ, אָבער מע מוז רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. כּדי צו רעזערווירן אַן אָרט באַזוכט //yivo.org/events_signups.php?
דער ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז וועט זיך ווידער טרעפֿן מיטוואָך, דעם 20סטן אויגוסט, 7:30 אין אָוונט, אין דער שיל „אנשי חסד‟, ניו־יאָרק (251 וועסט 100סטע גאַס). נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן לאה ראָבינסאָן 212-663-2069.
זונטיק, דעם 24סטן אויגוסט, וועט שלום בערגער פֿאָרלייענען לידער פֿון זײַן נײַער זאַמלונג ייִדישע און ענגלישע לידער „איין פֿאָלק אַרויסגענומען פֿון צווייטן‟. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען בײַם „הלל‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון „דזשאָנס האָפּקינס‟־אוניווערסיטעט אין באַלטימאָר, מערילאַנד. דער סיום־הספֿר הייבט זיך אָן 7 אַזייגער אין אָוונט.
די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז האָט לעצטנס פֿאַרענפֿטלעכט אַ נײַעם בראָשור פֿון אירע קלאַסן, רעפֿעראַטן און עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. די קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך הייבן זיך אָן דעם 22סטן סעפּטעמבער.
זיי וועלן צעטיילט ווערן אויף פֿינף ניוואָען. מיט די אָנהייבערס וועלן לערנען גיטעלע מילכבערג און בלומקע קון, מיט די אַוואַנסירטע אָנהייבערס - שרון בר־כּוכבֿא און אַהרן וואַלדמאַן, מיטן דריטן ניוואָ - שרון בר־כּוכבֿא און נאַדיאַ דעהאַן ראָטשילד, ווי אויך דאָראָטע וויענע, וואָס וועט באַקענען די סטודענטן מיט פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן. מיטן פֿערטן ניוואָ וועלן אָנפֿירן אַהרן וואַלדמאַן און נאַטאַליע קריניצקאַ. וואַלדמאַנס קלאַס וועט זיך פֿאַרנעמען מיטן די ווערק פֿון איציק מאַנגער.
פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן און די וואָס קענען שוין גוט לייענען און שרײַבן ייִדיש, שטעלט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ צו אַ רײַכע פּראָגראַם פֿון קלאַסן אויף ייִדיש. צווישן זיי - אַ קלאַס פֿון ייִדישער ליטעראַטור, אָנגעפֿירט פֿון מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר; אַ קורס, געלערנט פֿון נאַטאַליע קריניצקאַ, וועגן דער ייִדישער קולטור אין אַרגענטינע און אַ קורס פֿון רובי מאָנעט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע. יצחק ניבאָרקסי וועט אָנפֿירן מיט אַ קורס וועגן די לשון־קודשדיקע עלעמענטן פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך, ווי אויך אַ קורס וועגן דעם תּנ׳׳ך. גיטעלע מילכבערג וועט לערנען אַ קורס וועגן ייִדישע שפּריכווערטער און אידיאָמען.
וואָס שייך בקיאות אויף מער ספּעציאַליזירטע ענינים וועט בתיה בוים אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט, ווי אַזוי איבערצוזעצן ייִדישע טעקסטן אויף פֿראַנצייזיש; און אַקווילע גראָגאָראַוויטשיוטע וועט לערנען ווי אַזוי צו לייענען פֿאַרשידענע מינים ייִדישע כּתבֿ־ידן.
נאָך די קלאַסן, וואָס טרעפֿן זיך יעדע וואָך, שטעלט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ צו אַ ריי איינמאָליקע רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: באַזוכט www.yiddishweb.com אָדער קלינגט אָן 00־14־00־47־01.
ד׳׳ר דוד שניר פֿונעם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט אין באָולדער וועט האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דער „סוף־וואָכעדיקער קורס‟ מיטן נאָמען „דער ראָמאַנס און די טראַגעדיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור‟ וועט פֿאָרקומען פֿונעם 7טן ביזן 9טן נאָוועמבער. די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען פֿיר רעפֿעראַטן פֿון דוד שניר, אַן אויסשטעלונג געווידמעט די קונסט־ווערק פֿונעם מאָלער פֿעליקס לעמבערסקי, פֿיר כּשרע מאָלצײַטן און אַ רעדע פֿון אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. מע וועט אויך ווײַזן דעם פֿילם „גליקן־זוכערס‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אין דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ 143# 413-256-4900.
שוין איבער אַ יאָר פּלאַנירט די „פֿאָלקסבינע‟ צוזאַמענצוברענגען אַלע ייִדישע טעאַטערס אין דער וועלט קיין ניו־יאָרק, כּדי צו מאַכן אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל, געווידמעט דער ייִדישער קולטור אויף אַ ריזיקן פֿאַרנעם. די פּרטים וועגן דעם פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 14סטן ביזן 21סטן יוני 2015, זענען נאָך ניט אין גאַנצן קיין פֿעסט געשטעלט אָבער ס׳איז שוין קלאָר, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט זײַן דער גרעסטער פֿון אַזאַ סאָרט זינט די 1930ער יאָרן, און דער גרעסטער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. דער פֿעסטיוואַל אָרדנט אײַן די „פֿאָלקסבינע‟ לכּבֿוד זײַן 100סטן יוביליי און לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון חנה מלאָטעק ז׳׳ל.
לויט אַ פּרעזענטאַציע אויפֿן טעאַטערס וועבזײַטל, וועט דער פֿעסטיוואַל אַרײַננעמען מער ווי הונדערט אונטערנעמונגען און מע ריכט זיך אויף דעם, אַז מער ווי 100,000 מענטשן וועלן קומען אויף זיי. לויט דער פּרעזענטאַציע וועלן זינגער, אַקטיאָרן, אַרטיסטן און פֿאַרשידענע אַנדערע מינים קינסטלער קומען פֿון איבער 21 לעדנער, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע אומדערוואַרטע, ווי שפּאַניע, איטאַליע און יאַפּאַן, פֿון וואַנען עס וועט קומען די „וואַטורו קלעזמער־קאַפּעליע‟.
חוץ טעאַטער און מוזיק, וועט מען אויך ווײַזן פֿילמען, אַרײַגערעכנט דעם שטום־פֿילם „הונגעריקע הערצער‟, באַגלייט פֿון נײַ־באַשאַפֿענער מוזיק, געשפּילט דורכן פּראָגער „בערג אָרקעסטער‟. מע וועט אויך מאַכן אַן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום, אויף דער טעמע ווי אַזוי דער ייִדישער טעאַטער האָט געווירקט אויף דער ברייטערער אַמעריקאַנער טעאַטער־וועלט און „האָליוווּד‟, ווי אויך אויף דער וועלט־קולטור.
לכּבֿוד דעם 90סטן יוביליי פֿונעם „ייִוואָ־אינסטיטוט‟ און 75 יאָר זינט דעם, וואָס דער „ייִוואָ‟ איז אַריבערגעפֿירט געוואָרן קיין ניו־יאָרק, וועט מען אין אַפּריל 2015 מאַכן אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אונטערן נאָמען „ייִוואָ אין ווילנע: אינסטיטוציע, פּערזענלעכקייטן און ירושה‟. די קאָנפֿערענץ טראָגט מיט זיך דעם ציל אַרומצורעדן די פֿאָלגנדיקע פֿראַגעס:
די טעטיקייט פֿונעם „ייִוואָ‟ און זײַנע הויפּט־דערגרייכונגען.
די באַציִונג צווישן דעם „ייִוואָ‟ און אַנדערע ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, בפֿרט וואָס שייך זײַן באַציִונג צו די ייִדישע וועלטלעכע שולן.
די מעטאָדיק פֿון „ייִוואָס‟ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג, איר ווירקונג אויף ייִדישע שטודיעס אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און איר הײַנטיקע רעלעוואַנץ.
די ראָלע, וואָס דער „ייִוואָ‟ האָט געשפּילט אינעם שאַפֿן די ייִדישע אידענטיטעט אין ווילנע ווי אַ ייִדישער צענטער און די וויכטיקייט פֿון ווילנע אין שײַכות מיט דעם, ווי אַזוי דער „ייִוואָ‟ האָט באַטראַכט זיך אַליין.
די באַציִונגען צווישן דעם „ייִוואָ‟ און אַנדערע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס אין ווילנע און אַנדערע ייִדישע פֿאָרש־אַנשטאַלטן.
דער „ייִוואָ‟ ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע מיט אַ נעץ פֿון פֿיליאַלן און מנדבֿים, וואָס האָבן פֿונקציאָנירט איבער דער גאַנצער וועלט, ווי אויך די קאָנטאַקטן צווישן דעם ווילנער „ייִוואָ‟ און די צווײַגן אין אַנדערע לענדער.
דער איבערגאַנג פֿון ווילנע קיין ניו־יאָרק, און ווי אַזוי „ייִוואָס‟ ווילנער ירושה האָט משפּיע געווען אויף זײַן אַרבעט.
דער „ייִוואָ‟ בעת דער סאָוועטישער אָקופּאַציע (1940־1941) און בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דער גורל פֿון די מיטאַרבעטער פֿון „ייִוואָ‟ און אירע אַרכיוון.
כּדי אַרײַנצושיקן אַ פֿאָרשלאָג, שיקט אַ טיטל און אַ באַשרײַבונג פֿון אײַער פּרעזענטאַציע, צוזאַמען מיט אַ קורצן CV צו info@jewishstudies.lt פֿאַרן ערשטן אָקטאָבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.