מיט הונדערט יאָר צוריק, ווען די אָטאָמאַנישע אימפּעריע האָט געהאַלטן בײַם פֿאַנאַנדערפֿאַלן, האָבן ספֿרדישע ייִדן פֿון טערקײַ, ראָדעס און גריכנלאַנד זיך געלאָזט קיין ניו־יאָרק. אויפֿן וועג, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיי געגעבן אַן עצה זיך צו באַזעצן אויפֿן ברעג פֿונעם פּאַציפֿישן אָקעאַן — אין פּאָרטלענד, וווּ זיי האָבן געשאַפֿן אַ קליינע קהילה, וואָס האָט דערמאָנט זייער אַלטע היים בײַם מיטל־לענדישן ים.
וווינענדיק אויפֿן ראַנד פֿון דער וואַקסנדיקער גרויסער שטאָט, האָבן די פּאָרטלענדער ספֿרדים אָנגעהויבן האַנדלען מיט פֿיש און האָלץ. אַ סך אָרטיקע ייִדן האָבן געהערט צו אַ קליינער צאָל גרויסע משפּחות, וועלכע האָבן געטראָגן די זעלבע פֿאַמיליע־נעמען, למשל — כאַסאָן, באַבאַני, פּאָליקאַר און פֿונעס. צוליב דעם, האָבן פֿאַרשיידענע מיטגלידער פֿון די באַקאַנטע גרויסע משפּחות צוגעגעבן פֿאַרשיידענע צונעמענישן. צום בײַשפּיל, אין פּאָרטלענד האָבן אַמאָל געלעבט צוויי פֿרויען מיטן זעלבן נאָמען, שׂרה מנשה. איינע פֿון זיי, אַ וויכטיקע קהילה־פֿיגור, האָט געהאַט בלאָנדע האָר, דערפֿאַר האָט דער עולם זי גערופֿן „שׂרה די בלאָנדע‟.
די אייניקלעך פֿון די דאָזיקע ייִדישע אימיגראַנטן פֿירן איצט דורך אַ צאָל אונטערנעמונגען לכּבֿוד דער 100־יאָריקער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער קהילה. אינעם אָרעגאָנער ייִדישן מוזיי קומט איצט פֿאָר די אויסשטעלונג מיטן נאָמען „ווידאַ ספֿרדי: אַ יאָרהונדערט פֿונעם ספֿרדישן לעבן אין פּאָרטלענד‟, אָרגאַניזירט בשותּפֿות מיט דער אַלטער אָרטיקער שיל „אַהבֿת־אַחים‟. דזשודיט מאַרגלז, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿונעם מוזיי, האָט דערקלערט, אַז די אויסשטעלונג רעפּרעזענטירט „אַ קליינע קהילה, באַקאַנט מיט אַ טיפֿן אינטערעס צו דער משפּחה־געשיכטע פֿון אירע מיטגלידער‟.
אַ גרויסער פֿאָטאָ־וויטראַזש פֿונעם באַנקעט מיט טיפּישע ספֿרדישע מאכלים, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם יאָר 1949 בײַ דער דערמאָנטער שיל, באַגריסט די באַזוכער פֿונעם מוזיי. אין די 1960ער יאָרן, האָט דאָס אידילישע לעבן פֿון די פּאָרטלענדער ייִדן זיך איבערגעריסן צוליב אַן אומדערוואַרטער סיבה. די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט באַשלאָסן אויפֿצובויען אַ שאָסיי גלײַך אינמיטן דעם ייִדישן קוואַרטאַל. פֿיר פֿון פֿינף אָרטיקע שילן האָט מען געמוזט אַריבערברענגען אין אַן אַנדער ראַיאָן פֿון דער שטאָט. צוערשט, האָט מען געפּרוּווט אַריבערצוטראָגן דעם גאַנצן אַלטן בנין פֿון „אַהבֿת־אַחים‟; דאָס האָט זיך אָבער נישט אײַנגעגעבן צו טאָן. די מתפּללים האָבן זיך צעוויינט, ווען דער בנין איז טראַגיש אײַנגעפֿאַלן.
די פּאָרטלענדער ספֿרדים האָבן אָפּגעהיט זייער אייגנאַרטיקע עטנישע קולטור און געלאַסענע אַטמאָספֿער. לאָראַ אַרנאָלד ליבמאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿונעם בריטישן ריד־קאָלעדזש, האָט באַמערקט, אַז ייִדישקייט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט, געוויינטלעך, אַסאָציִיִרט מיט די אַשכּנזים. אין דער אמתן, אָבער, האָבן די ספֿרדים געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. גרויסע ספֿרדישע קהילות זענען אויך בנימצא אין ניו־יאָרק, און פּאָרטלענד בלײַבט נאָך אַלץ באַקאַנט ווי אַ „ספֿרדישע שטאָט‟, מיטן צענטער אין דער שיל „אַהבֿת־אַחים‟.
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג איז געווידמעט דער ירושה פֿון דזשעק מיימון — אַ שוחט פֿון סיאַטל, וועלכער האָט במשך פֿון 50 יאָר געדינט אין דער פּאָרטלענדער צענטראַלער שיל ווי אַ חזן אין די יםים־נוראָיִם, ביז 1984. איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַן אַשכּנזישער סבֿיבֿה; מיימונס זינגערײַ איז געווען מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט דער ספֿרדישער חזנות־טראַדיציע. צוערשט, האָב איך געמיינט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די דראַמאַטישע און זאַפֿטיקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ניגונים זענען די מיזרחדיקע מעלאָדיעס מאָנאָטאָנישע און „פֿלאַכע‟. שפּעטער, אַ דאַנק מיינונס טאַלאַנט, האָב איך אָנגעהויבן אָפּשאַצן זייער באַזונדערן טעם. הײַנט וווין איך אין קאַנזאַס־סיטי; במשך פֿון די יאָרן, ווען איך האָב געוווינט אין פּאָרטלענד, האָב איך זיך צוגעוווינט צו די וואַרעמע טענער פֿון די ספֿרדישע מוזיקאַלישע ריטמען, וואָס קלינגען ווי ים־כוואַליעס.
סאָל וואַראָן, אַ געוועזענער תּושבֿ פֿון פּאָרטלענד, וועלכער וווינט הײַנט אין ישׂראל, דערמאָנט זיך, אַז אַ טייל ניגונים האָט מען געזונגען אויף לאַדינאָ. די לשון־קודשדיקע הבֿרה און די מעלאָדיעס, האָט ער באַמערקט, זענען אין פּאָרטלענד אָפּגעהיט געוואָרן פּונקט ווי אין טערקײַ און גריכנלאַנד.
אין די 1970ער יאָרן האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דער פּאָרטלענדער ספֿרדישער פֿרוי, מאַטילדאַ; אין גיכן האָבן מיר חתונה געהאַט און מײַן שוויגער האָט מיך באַקענט מיט פֿאַרשיידענע אייגנאַרטיקע מאכלים. צום בעסטן געדענק איך צוויי לאַקס־נאַשערײַען. אין דעם פֿאַל, האָבן די פּאָרטלענדער ייִדן זיך טאַקע אָפּגעווײַכט פֿון זייער אַלטער טראַדיציע; אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע האָבן די ייִדן קיין לאַקס נישט געגעסן. די אימינגראַנטן האָבן אָבער באַלד אַדאַפּטירט זייער היימישע רעצעפּטן צו דעם נײַעם מין פֿיש. איצט זענען די לאַקס־מאכלים געוואָרן בײַ זיי אַ טייל פֿון די שבתדיקע און יום־טובֿדיקע סעודות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.