פֿינף יונגע אַנטיסעמיטן אַרעסטירט אין סידניי

Five Teens Arrested in Sydney For Threatening Jewish Students


פֿון ייִט״אַ

Published August 08, 2014, issue of August 29, 2014.

פֿינף יונגע כוליגאַנען זענען אַרעסטירט געוואָרן אין סידניי דאָנערשטיק, דעם 7טן אויגוסט, פֿאַרן איזדיעקעווען זיך מיט אַ טאָג פֿריִער איבער די תּלמידים פֿון אַ ייִדישער שול, מיט וועלכע זיי זענען געפֿאָרן צוזאַמען אין אַן אויטאָבוס. די פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז די אַרעסטירטע קינדער פֿון שול־עלטער זענען געווען אַזוי שיכּור, אַז מע האָט נישט געקאָנט זיי פֿאַרהערן, ווען מע האָט זיי פֿאַרהאַלטן. שפּעטער, האָט מען זיי אַרויסגעלאָזט און אומגעקערט צו די עלטערן. נאָך עטלעכע כוליגאַנען, וועלכע זענען געווען פֿאַרמישט אין דער מעשׂה, האָט מען נאָך נישט געפֿונען.

די געליטענע ייִדן האָבן געטענהט, אַז די אָנפֿאַלער האָבן זיך באַנוצט מיט בפֿירוש אַנטיסעמיטישע לאָזונגען. איין מיידל האָט איבערגעגעבן איר מאַמען, אַז די כוליגאַנען האָבן אויסגעשריגן „טויט צו די ייִדן‟ און „הײַל היטלער‟. דזשייקי בלעקבערן, די מאַמע, האָט דערציילט דער אָרטיקער פּרעסע, אַז די צעיושעטע יונגע שיכּורים האָבן אויך געזאָגט איר 12־יאָריקער טאָכטער, אַז זיי ווילן „צעשנײַדן די העלדזער‟ פֿון ייִדישע קינדער.

אינעם מלוכישן שול־אויטאָבוס זענען געפֿאָרן בערך 30 ייִדישע תּלמידים פֿונעם „מוריה־קאָלעדזש‟, „מאָנט סײַנײַ קאָלעדזש‟ און „עמנואל־שול‟. אויפֿן וועג האָט דער שאָפֿער זיך אָפּגעשטעלט און אַרײַנגעלאָזט אַ גרופּע אַנדערע קינדער, פֿון 15 ביז 17 יאָר, אָנגעטאָן אין שול־פֿאָרמען, וועלכע זענען פּלוצעם אָנגעפֿאַלן אויף די ייִדן. די פּאָליציי גלייבט, אַז די כוליגאַנען האָבן נישט פּלאַנירט דעם אַטאַק פֿון פֿריִער; ערשט ווען זיי האָבן דערזען די תּלמידים פֿון ייִדישע שולן אינעם אויטאָבוס, איז אין זייער קאָפּ אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק זיי צו אַטאַקירן.

די עטלערן האָבן קריטיקירט דעם שאָפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט נישט אַרויסגערופֿן די פּאָליציי, וועלכע גלייבט, אָבער, אַז ער האָט נישט געוווּסט, וואָס ס׳טוט זיך אינעם געפּאַקטן אויטאָבוס. דער אינצידענט האָט שאָקירט די סידנייער ייִדישע קהילה. דער „אויספֿיר־ראַט פֿונעם אויסטראַלישן ייִדנטום‟ האָט מיטוואָך געמאָלדן, אַז ער איז „שטאַרק פֿאַרזאָרגט‟ וועגן דעם אינצידענט, און צוגעגעבן, אַז ווען אין עזה האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה, זענען אין אויסטראַליע אויסגעבראָכן אַ ריי אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.

מיט עטלעכע טעג צוריק, איז אַ גרופּע יוגנטלעכע כוליגאַנען אָנגעפֿאַלן אויף אַ רבֿ אין פּערט. אין דער זעלבער שטאָט, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָט עמעצער אָנגעשריבן „ציוניסטישע מנובֿלים‟ אויף דער וואַנט פֿון דער איינציקער אָרטיקער ייִדישער שול. צוויי מענער האָבן אָנגעשלאָגן אַ ייִד אין מעלבורן און אָנגערופֿן אים „אַ ייִדישער כּלבֿ‟. דער „אויספֿיר־ראַט‟ האָט באַמערקט, אַז ס׳איז באַזונדערס עקלדיק צו אַטאַקירן אויסטראַלישע ייִדן אין שײַכות צו אַ מלחמה, וועלכע קומט פֿאָר אויף אַן אַנדער קאָנטינענט, און פֿאַר וועלכער די אויסטראַלישע קהילה טראָגט נישט קיין אַחריות.