ווען איך רעד דורך „סקײַפּ‟ מיט מײַנע ישׂראלדיקע קרובֿים, וואָס זײַנען, בדרך-כּלל, היפּש עלטער פֿון מיר, באַמערק איך, אַז זיי אינטערעסירט לפֿי-ערך ניט שטאַרק, וואָס עס קומט פֿאָר אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע. דאָס איז כאַראַקטעריש אַפֿילו פֿאַר די, וואָס האָבן אָפּגעלעבט דעם גרעסטן טייל פֿון זייער לעבן אין דאָנעצק צי אין דער אַרומיקער געגנט, וווּ עס ברענט הײַנט דער פֿײַער פֿון אַ בלוטיקער מלחמה — דער פֿײַער, וואָס מע באַמערקט איבער דער גאָרער וועלט.
ווען איך פֿרעג בײַ זיי, וואָס זיי טראַכטן וועגן די געשעענישן אין זייער „אַלטער היים‟, הער איך עפּעס אַזוינס: „זאָלן זיי ברעכן דעם קאָפּ‟ אָדער „ס‘איז גוט צו קוקן אויף דעם אַלץ פֿון דער ווײַטנס‟. מע קען עס פֿאַרשטיין — זיי האָבן גענוג אייגענע, זייער ערנסטע זאָרגן.
די רעאַקציע אויף די לעצטע געשעענישן אין עזה איז אַ פֿאַרשיידענע: „מיר וועלן זיי ווײַזן!‟, „אפֿשר דאַרף מען מיט זיי רעדן‟, „איך וויל ניט, אַז מײַנע אייניקלעך זאָלן אויסוואַקסן אין דעם דאָזיקן פּסיכאָלאָגישן קלימאַט‟, וכ‘.
וואָס שייך רוסלאַנד און אוקראַיִנע, שטייען זיי אָפֿט מאָל פֿעסט אויף די פּאָזיציעס, וועלכע עס זאָגט זיי אונטער די רוסישע טעלעוויזיע, וואָס שאַפֿט אַן אייגנאַרטיק און איינזײַטיק בילד פֿון די פּאַסירונגען; און אַן אייגענע שפּראַך אויך. למשל, וועגן דער אוקראַיִנישער אַרמיי רעדט מען ווי וועגן „קאַראַטעלי‟ — אַזוי האָט מען בעת (און נאָך) דער צווייטער וועלט-מלחמה גערופֿן זעלנער פֿון די פֿאַשיסטישע שטראָף-מחנות. און די פּראָ-רוסישע מיליטערלײַט רופֿט מען „אָפּאָלטשענצי‟ — מיט אַזאַ נאָמען האָט מען באַשריבן די פֿרײַוויליקע מענטשן, אָפֿט מאָל פֿיזיש צי לויט זייער עלטער ניט־פּאַסיקע פֿאַר דער רעגולערער אַרמיי.
ווען עס קומט צו דער אָפֿיציעלער פּאָזיציע פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, איז זי גלײַך ווי אַ נייטראַלע. אַ סך נייטראַלער פֿון דער שווייצאַרישער נייטראַלקייט. די שווייץ האָט דאָך אײַנגעפֿירט סאַנקציעס קעגן רוסלאַנד, בעת ישׂראל מאַכט זיך אין דעם זין ניט וויסנדיק. די ישׂראלדיקע מעדיאַ דערקלערט, בדרך-כּלל, אַז אַזאַ באַציִונג איז אַ באַרעכטיקטע, בפֿרט אין דעם איצטיקן מצבֿ. רוסלאַנד איז אויך פֿאַרבליבן זייער אויסגעהאַלטן אינעם באַשולדיקן די צדדים אין דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין עזה.
איז עס שוין, דאַכט זיך, גוט? וואָס קען זײַן שלעכטס, אויב ישׂראל האָט גוטע באַציִונגען מיט אַ מדינה, וועלכע האָט נאָך אַלץ אַ דעה אין געוויסע טיילן פֿון דער וועלט? בפֿרט נאָך, אַז ישׂראל האָט איצט ערנסטע פּראָבלעמען מיט זײַן אימאַזש אין דער מערבֿדיקער וועלט. אַפֿילו אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די שטיצע ניט אַזאַ ווי זי איז געווען אַ מאָל, באַזונדערס, צווישן דעם ייִנגערן און דעם וועלטלעכן עולם. וועגן אַזאַ שינוי זאָגן עדות די אויספֿרעגן.
און דאָך, געפֿעלט מיר ניט אַזאַ „פֿרײַנדשאַפֿט‟, פּונקט ווי עס פֿאַרדריסט מיר צו זען געוויסע פּאַראַלעלן צווישן רוסלאַנד און ישׂראל; בפֿרט וואָס שייך דער פֿילאָסאָפֿיע, מישטיינס געזאָגט, פֿון אויסלאַכן זיך פֿון דער וועלט, פֿון מאַכן אַן אָנשטעל, אַז די מיינונג פֿון אַנדערע לענדער און פֿעלקער קען מען איגנאָרירן, און אַז מע קען זיך פֿאַרלאָזן נאָר אויף דעם אייגענעם מיליטערישן כּוח. כאַראַקטעריש, אַז ישׂראל האָט אין מאַרץ ניט אונטערגעהאַלטן די רעזאָלוציע פֿון די „פֿאַראייניקטע נאַציעס‟, וואָס האָט באַשולדיקט רוסלאַנד אינעם אַנעקסירן קרים. אַזאַ „נייטראַלקייט‟ (כּלומרשט, צוליב אַ שטרײַק אין דעם ישׂראלדיקן אויסערן-מיניסטעריום) האָט אויסגעזען, ווייך געזאָגט, מאָדנע.
אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער חכם-מופֿלג פֿון דער ישׂראלדיקער אויסערן-פּאָליטיק, האָט דעמאָלט דערקלערט, אַז זײַן לאַנד האָט גוטע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן און רוסלאַנד, און וויל ניט אַרײַנקריכן אין דעם אוקראַיִנישן ענין. צי האָט ער דערמיט געוואָלט זאָגט, אַז די וואָג פֿון רוסלאַנד איז פֿאַר ישׂראל די זעלבע ווי די וואָג פֿון אַמעריקע?
דער צוצי-כּוח צווישן רוסלאַנד און ישׂראל ווערט טאַקע שטאַרקער. די רייד גייט ניט אַזוי מכּוח עקאָנאָמיע צי געווער; אַ סך וויכטיקער זײַנען די ווערטן, דער וועלט-באַנעם. אַ סבֿרא, אַז דער פֿאַקט פֿון האָבן אַזוי פֿיל געוועזענע סאָוועטישע בירגער אין דער באַפֿעלקערונג און שוין אין דער רעגירונג אויך (ליבערמאַן איז איינער פֿון זיי) שאַפֿט אַ שותּפֿות, וואָס שפּילט און וועט, בלי-ספֿק, ווײַטער שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע אין די באַציִונגען צווישן ביידע לענדער. דערצו גרויסט זיך פּוטין מיט זײַן אַהבֿת-ישׂראל, וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, צום האַרצן יעדן איינעם, וואָס האַלט נאָר פֿון איין טאַקטישער מאָס פֿאַר אַלע געשעענישן אין דעם עולם-הזה: איז עס אין דעם מאָמענט גוט צי שלעכט פֿאַר ייִדן?
אָבער עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע מאָסן. צווישן זיי זײַנען דאָ אויך אַזעלכע: „איין אַלטער פֿרײַנד איז בעסער פֿון צען נײַע‟ און „זאָג מיר ווער דײַן חבֿר איז, און איך וועל דיר זאָגן, ווער דו ביסט‟. די דערפֿאַרונג זאָגט, אַז די דאָזיקע סטראַטעגישע מאָסן זײַנען ניט צו פֿאַרגלײַכן ריכטיקער און פֿאַרלאָזלעכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.