נישט יעדן טאָג געפֿינט מען אַ בוך זכרונות, אויף ענגליש, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל, וואָס לערנט זיך אין אַן „אַרבעטער־רינג שול‟, און חלומט צו מאַכן אַ קאַרירערע אין דער ייִדיש־וועלט — און בפֿרט נאָך אויף אַן עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט.
פּערל קרופּיטס בוך, In Their Footsteps: Memories of an Immigrant‘s Child, וואָס איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין 1996, באַהאַנדלט מיט סענסיטיווקייט די איבערלעבונגען פֿון אַ מיידל אין בראָנקס, ניו־יאָרק, אָנהייבנדיק פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, ווען מע האָט געהערט פֿליסיק ייִדיש אויף דער גאַס, אין קראָם און אויף אַלע משפּחה־אונטערנעמונגען. מיר לייענען ווי דאָס מיידל צעבליט זיך אין אַן אינטעליגענטער ייִדישער פֿרוי, און וואַרפֿט אָפּ די געלעגנהייט צו מאַכן אַ גוטע פּרנסה ווי אַן אַדוואָקאַטס אַסיסטענטקע, ווײַל דאָס אַרבעטן לטובֿת ייִדיש איז איר געווען אַ סך נענטער צום האַרצן.
דאָס בוך נעמט אויך אַרײַן אַ רירנדיקע באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן ביכער־יריד אין מאָסקווע אין 1987, וווּ זי, ווי אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟, האָט אַרויסגעשטעלט ייִדישע ביכער און מאַטעריאַלן, און דער עולם האָט אַזוי געגאַרט צו זען אַ ייִדיש וואָרט, אַז איינער פֿון די טישן האָט זיך ממש איבערגעקערט.
בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟ האָט פּערל קרופּיט דערקלערט פֿאַר וואָס זי האָט באַשלאָסן אַרויסצולאָזן איר בוך דורך „קינדל‟: „ערשנטס, האָב איך געוואָלט, אַז מײַנע קינדער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך זאָלן אָנקניפּן אַ באַציִונג מיט די פֿריִערדיקע דורות פֿון דער משפּחה. צווייטנס, האַלט איך, אַז זכרונות זענען אַ וויכטיקער מיטל, ווי אַזוי די אַמעריקאַנער ייִדן בכלל קענען זיך דערוויסן וועגן דער ייִדישער וועלט פֿון אַמאָל. דערצו האָב איך עס געוואָלט פּובליקירן פֿאַר אַ פּרײַז, וואָס יעדער איינער קען זיך דערלויבן, און דורך אַ מיטל, וואָס די יונגע לײַט ניצן הײַנט.‟
דאָס בוך, In Their Footsteps, קאָסט בלויז $2.99 און קען געלייענט ווערן סײַ דורך „קינדל‟, סײַ דורך „אײַ־פּעד‟.
קרופּיטס ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור שטאַמט פֿון איר זעלטענער נאָענטשאַפֿט מיט טאַטע־מאַמע, באָבע און מיט איר אינטערעס צו איר משפּחה־געשיכטע. זי דערציילט ווי איר טאַטע, אַ געטרײַער לייענער פֿון דער ייִדישער צײַטונג „דער טאָג‟ און אַ געניטער סטאָליער, האָט זי אויסגעלערנט, ווי אַזוי זיך צו באַניצן מיט אַ העמערל און אַ טשוואָק, ווען זי איז בלויז געווען צוויי יאָר אַלט.
„ער האָט מיך אויסגעלערנט ווי צו האַלטן ריכטיק די מכשירים, און אויך אַלע טערמינען דערפֿאַר — אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך. ערשט מיט יאָרן שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אויף ענגליש זענען די ווערטער אין גאַנצן אַנדערש!‟
אַפֿילו ווי אַ יונג מיידל האָט פּערעלע נישט בלויז געקענט גוט לייענען און שרײַבן ייִדיש, אָבער אויך געהאַט אַ באַזונדערן טאַלאַנט צו דעשיפֿרירן אַ ייִדישן כּתבֿ — אַ זאַך, וואָס אַפֿילו פּראָפֿעסיאָנעלע איבערזעצער פֿון ייִדיש האָבן אַ מאָל שוועריקייטן. די דאָזיקע פֿעיִקייט איז איר צונוץ געקומען, ווען זי האָט איין מאָל, אינעם שופֿלאָד פֿון איר מאַמעס קאַמאָד, געפֿונען אַ פּאָסטקאַרטל אויף ייִדיש מיט אַ פּאָסטשטעמפּל פֿון רוסלאַנד, אָנגעשריבן פֿון אַ מענטש מיטן נאָמען יאַנקל, וועגן וועמען זי האָט נאָך קיין מאָל נישט געהערט.
פּערעלע האָט געהאַט אַ חשד, אַז ס׳איז מסתּמא בעסער נישט צו פֿרעגן דעם טאַטן, ווײַל ער — אַ געבוירענער אין מאַקאַראָוו, אוקראַיִנע — האָט קיין מאָל נישט געוואָלט רעדן וועגן זײַן פֿאַרגאַנגענהייט. האָט זי זיך געוואָנדן צו דער מאַמען. די מאַמע האָט איר דערציילט, אַז יאַנקל איז געווען איר טאַטנס ברודער, און ס׳איז מיט אים געטראָפֿן אַן אומגליק: ער איז דערטרונקען געוואָרן. צי דאָס איז געווען אַן אַקצידענט, צי אפֿשר גאָר זעבלסטמאָרד האָט פּערעלע קיין מאָל נישט אויסגעפֿונען, ווײַל די מאַמע האָט זיך אָפּגעזאָגט אויסצוגעבן מער פּרטים.
פּערעלעס עלטערן האָבן שטאַרק געוואָלט, אַז זי זאָל קריגן אַ געראָטענע ייִדישע דערציִונג, איז זי יעדן נאָכמיטאָג, נאָך דער „פּאָבליק־סקול‟ (מלוכישע שול), אַוועק אין דער אָרטיקער „אַרבעטער־רינג פֿאָלקשול‟, וווּ זי האָט זיך געלערנט ייִדישע גראַמאַטיק, ליטעראַטור, מוזיק, טראַדיציעס און קולטור. „מײַן ערשטער לערער איז געווען דוד בערעזער — שרײַבט זי — אַ פֿעיִקער און עפֿעקטיווער פּעדאַגאָג, וואָס איך האָב אים שטאַרק ליב געהאַט, און באַטראַכט ווי מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד.‟
אָבער מער פֿון אַלעמען האָט פּערעלע ליב געהאַט די באָבע זלאַטע, דער מאַמעס מאַמע, וועלכע האָט געוווינט בײַ זיי אין שטוב. ווען קרופּיט שרײַבט וועגן דער באָבען, לעבט אויף פֿאַר אונדזערע אויגן דער ייִדישער לעבן־שטייגער פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿרויען.
בעת פּערעלע פֿלעגט, למשל, גיין מיט דער באָבען שפּאַצירן, פֿלעגט אָפֿט מאָל זיך באַווײַזן דער „ניס־הענדלער‟, וועלכער האָט פֿאַרקויפֿט פֿאַרשיידענע מינים ניס אין אַ ברוינעם שקאַרמוץ. פּערעלעס באָבע האָט אָבער נישט געדאַרפֿט קיין שקאַרמוץ: „זי פֿלעגט אויסציִען אַ טיכל אין די הענט, און דער נוס־הענדלער האָט איר אַהין אַרײַנגעלייגט עטלעכע זשמעניעס געזאַלצענע רבי־ניסלעך אָדער דיניע־קערעלעך, פֿאַר וועלכן זי האָט בלויז געדאַרפֿט באַצאָלן אַ פּעני. זי אַליין האָט עס אָבער קיין מאָל נישט געגעסן ווײַל צוליב אירע פֿאַלשע ציין האָט זי נישט געקאָנט דערקנאַקן דאָס שאָלעכץ.‟
קרופּיט דערציילט אויך אַנדערע חנעוודיקע מאָמענטן וועגן דער באָבען: ווי זי שיילט פּאַוואָליע אָפּ אַן עפּל מיטן מעסער, און לייגט די עפּל־רעפֿטלעך אַרײַן אין דער הייסער טיי, צוגעבנדיק דערבײַ אַ טעם פֿון עפּל; און ווי זי פֿלעגט ווינטערצײַט לייגן אַן עפּל אויף דער וואַרעמער באַהייצונג און עס פּאַמעלעך איבערדרייען, ביז די זיסע ריחות פֿונעם „געבאַקענעם עפּל‟ האָבן אָנגעפֿילט די דירה — און דערנאָך האָבן באָבע און אייניקל זיך געטיילט דערמיט.
אַ דאַנק איר ייִדיש־פֿעיִקייט האָט קרופּיט אָנגעקניפּט אַ לאַנגע קאָרעספּאָנדענץ מיט אירע קרובֿים הינטערן אײַזערנעם פֿירהאַנג, אין קיִעוו. זי דערמאָנט אַ רירנדיקן עפּיזאָד, ווען זי האָט איין מאָל באַשלאָסן אויסצוקלאַפּן אַ בריוו צו איר טאַנטע ראָזע אויף אַ ייִדישער שרײַבמאַשין. טאַנטע ראָזע האָט איר צוריקגעשריבן, זאָגנדיק: „דײַן בריוו זעט אויס זייער שיין אָבער כ׳בעט דיך, דאָס קומעדיקע מאָל, שרײַב מיר גיכער מיט דער האַנט.‟
איינער פֿון די אינטערעסאַנטסטע קאַפּיטלען אינעם בוך איז קרופּיטס נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1987, כּדי זיך צו באַקענען פּנים־אל־פּנים מיט אירע קרובֿים, און זיך באַטייליקן אינעם מאָסקווער ביכער־יריד, ווי אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. הגם איר משפּחה און פֿרײַנד האָבן זי געפּרוּווט אָפּמוטיקן („קיינער פֿאָרט נישט קיין רוסלאַנד אַליין, בפֿרט אַ פֿרוי!‟), האָט זי זיך אײַנגעשפּאַרט, באַשטעלט אַ וויזע און איז אַוועק.
די רעאַקציע אויף די ייִדישע ביכער און מאַטעריאַלן, וואָס זי האָט מיטגעבראַכט פֿון ניו־יאָרק, איז געווען נישט צום גלייבן. „מענטשן זענען געקומען צום יריד פֿון אַלע ווינקלען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — אַ טייל זענען אַפֿילו געפֿאָרן עטלעכע טעג לאַנג. כ׳האָב געזען ווי זיי טאַפּן אָן די ייִדישע ביכער מיט ייִראת־הכּבֿוד. די ייִדישע אותיות האָבן אויסגעזען ממש הייליק פֿאַר זיי, און יעדער האָט געבעטן בײַ מיר אַ ייִדיש־סוּוועניר.‟ דעם צווייטן טאָג איז דער עולם געווען אַזוי גרויס, אַז די אינסטאַנצן האָבן מער נישט דערלויבט קרופּיט אויסצוטיילן סוּווענירן.
כאָטש זי האָט אַלעמען באַגריסט מיט אַ „שלום־עליכם‟, האָבן די באַזוכער, אין אָנהייב, בלויז געשמייכלט אָדער געוווּנקען, אָבער נישט געענטפֿערט. מיט דער צײַט האָבן מער און מער מענטשן אָנגעהויבן רעדן ייִדיש, און מע האָט שוין געשעפּטשעט איבערן זאַל וועגן „יענער פֿרוי, וואָס רעדט ייִדיש‟.
כאָטש קרופּיט האַלט, אַז איר בוך קאָן שטאַרק אַפּעלירן צו מענטשן פֿון יעדן עלטער, זאָרגט זי זיך, אַז נישט גענוג מענטשן ווייסן, אַז מע קען עס באַקומען דורך „קינדל‟ און „אײַ־פּעד‟. לויט די תּקנות פֿון „קינדל‟, שטעלט מען אַרויף אַ בוך בלויז אויף דרײַ חדשים, און אויב עס פֿאַרקויפֿט זיך נישט, נעמט מען עס אַראָפּ. ס׳וואָלט געווען אַ שאָד, אויב דאָס געשעט, ווײַל קרופּיטס בוך באַשרײַבט אַ לעבעדיקן קאַפּיטל פֿונעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם אין אַמעריקע, וואָס איז ביז איצט ווייניק באַהאַנדלט געוואָרן אינעם זכרונות־זשאַנער, בפֿרט אויף ענגליש.
„דער צווייטער און דריטער דור, וואָס וווינט הײַנט אין אַמעריקע, האָט מער נישט בײַ וועמען זיך נאָכצופֿרעגן וועגן יענער עפּאָכע,‟ האָט קרופּיט געזאָגט. „איך האָף, אַז דאָס וואָס איך האָב פֿאַרגעדענקט וועט, צום טייל, ענטפֿערן אויף זייערע פֿראַגעס.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.