ווען די מלחמה אין עזה איז שוין אָנגעגאַנגען די דריטע וואָך, האָבן זיך אויף די נײַעס־וועבזײַטן און סאָציאַלע נעצן פֿאַרשפּרייט די קלאַנגען, אַז דרײַ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן זענען אומגעקומען, ווען זיי האָבן אַנטדעקט אַ פֿאַרמינירטן „כאַמאַס‟־טונעל גלײַך אונטער אַ מעדיצינישן אַנשטאַלט, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך דער „אַגענטור פֿאַר הילף־אַרבעט‟ בײַ דער „יו־ען‟ (UNRWA).
די דאָזיקע פּראָ־פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציע האָט שוין לאַנג אַ שלעכטע רעפּוטאַציע אין ישׂראל. ווען די מעשׂה וואָלט טאַקע געווען אמת, וואָלט עס געווען אַ גרויסע מפּלה פֿאַר UNRWA. דווקא די ישׂראלדיקע מיליטערישע קוואַלן האָבן אָבער געמאָלדן, אַז ס׳איז אַ ליגן, געפֿאָדערט אָפּצושטעלן די פֿאַלשע קלאַנגען און צו דערקלערן די לייענער, אַז ס׳איז געווען אַ טעות.
פֿאַרוואָס האָט צה״ל אַזוי אַקטיוו פֿאַרטיידיקט אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס געפֿינט זיך אין גאַנץ אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט דער אַרמיי? בעת די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס זענען די בנינים פֿון UNRWA אַ סך מאָל באָמבאַרדירט געוואָרן, אין סתּירה מיט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן. צענדליקער ציווילע מענטשן זענען געוואָרן קרבנות פֿון די צה״ל־באָמבעס. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען טאַקע עטלעכע מאָל געפֿונען סקלאַדן פֿון „כאַמאַס‟־געווער אין די ערטער, וואָס געהערן צו דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע און האָבן געדאַרפֿט בלײַבן פּאָליטיש נייטראַל און פֿרידלעך.
די ישׂראלדיקע רעגירונג ווייסט, אַז UNRWA טוט פֿאַר איר אַ גרויסע טובֿה, ווײַל די „יו־ען‟־אַגענטור באַזאָרגט די תּושבֿים פֿון עזה מיט דער מעדיצינישער הילף, בילדונג און אַרבעט. אָן דער הילף פֿון דער „יו־ען‟, וואָלט ישׂראל געמוזט דאָס אַלץ טאָן אַליין, לויט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן. דער וואָרטזאָגער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, קריסטאָפֿער גונעס, האָט דעם ערשטן אויגוסט דערקלערט אין אַ טעלעפֿאָן־אינטערוויו, אַז למעשׂה בלײַבן די באַציִונגען צווישן צה״ל און UNRWA נישט קיין שלעכטע. אַן ישׂראלדיקער שוץ־באַאַמטער, וועלכער האָט נישט געטאָרט אָפֿיציעל רעקאָרדירן זײַן מיינונג, האָט עס באַשטעטיקט.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אין די דרײַ פֿאַלן, ווען די געווער־סקלאַדן זענען געפֿונען געוואָרן אין די בנינים פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור, האָט UNRWA אַליין זיי אַנטדעקט, מיטגעטיילט וועגן די אינצידענטן, און פּטור געוואָרן פֿונעם אומגעזעצלעכן אַרסענאַל. די קריטיקער טענהן אָבער, אַז UNRWA טראָגט אַן אומדירעקט אַחריות פֿאַר אַזעלכע פֿאַלן, צוליב אירע גענוג נאָענטע באַציִונגען מיט „כאַמאַס‟.
אַזוי צי אַזוי, נישט געקוקט אויף אַלע סתּירות און קאָנפֿליקטן, געפֿינט זיך די פּראָ־פּאַלעסטינער אַגענטור אין אַ געוויסן סימביאָז מיט ישׂראל. אַדרבה, ווען אַ צאָל אַמעריקאַנער סענאַטאָרן זענען אויפֿגעטראָטן מיט אַ שאַרפֿער קריטיק קעגן UNRWA, האָט רון פּרושׂאור, דער ישׂראלדיקער שליח בײַ דער „יו־ען‟, זי דווקא פֿאַרטיידיקט און באַטאָנט, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג שטיצט איר טעטיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.