מאָנטיק, דעם 11טן אויגוסט, האָט מען אין ברוקלים באַערדיקט דעם דערמאָרדעטן רבֿ יוסף ראַסקין. מיט אַ טאָג פֿריִער, איז אין מיאַמי, וווּ ער איז געווען פֿאַרן טויט, פֿאָרגעקומען די לוויה. דער 60־יאָריקער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז דערשאָסן געוואָרן שבת אינדערפֿרי, אויפֿן וועג צו דער ליובאַוויטשער שיל „בית־מחנם‟, דורך צוויי פֿאַרברעכער. זײַן גוף האָט מען אָפּגעפֿירט אינעם עראָפּאָרט. אויף דער לוויה און קבֿורה האָבן זיך פֿאַרזאַמלט הונדערטער מענטשן.
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, איז ראַסקין אָנגעקומען קיין מיאַמי, כּדי צו פֿאַרברענגען דאָרטן אַ וואָך צוזאַמען מיט זײַן טאָכטער און איר משפּחה. דער אומגעקומענער רבֿ האָט פֿאַראָבֿלט זעקס קינדער און זײַן קהילה אין קראַון־הײַטס, דער ברוקלינער וועלט־צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים.
די עדות האָבן איבערגעגעבן, אַז די פֿאַרברעכער זענען געווען צוויי אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מענער. לויט דער פּאָליציי, איז אויף דער גאַס אויסגעבראָכן אַ שאַרפֿע קריגערײַ צווישן דעם רבֿ און די אָנפֿאַלער, וועלכע האָבן אַרויסגעכאַפּט די פּיסטוילן און עטלעכע מאָל אויסגעשאָסן. די מענטשן, וועלכע האָבן געזען דעם אינצידענט, זאָגן אָבער, אַז ס׳איז נישט געווען קיין עכטע קריגערײַ. מע האָט געבראַכט דעם רבֿ אין אַ ספּעציעלן טראַוומע־שפּיטאָל, וווּ ער איז ניפֿטר געוואָרן.
די פּאָליציי גלייבט נישט, אַז דער מאָרד האָט געהאַט אַ שײַכות צו אַנטיסעמיטיזם. ס׳זעט אויס, אַז די אָנפֿאַלער האָבן געוואָלט באַרויבן דעם רבֿ. די ייִדישע קהילה פֿון מיאַמי האָט פֿאָרגעלייגט אַ פּרײַז פֿון 50,000 דאָלאַר פֿאַר דער אינפֿאָרמאַציע, וואָס קאָן העלפֿן צו געפֿינען די מערדער.
דעם 28סטן יולי, האָט די שיל „תּורה ואמונה‟, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿונעם ליובאַוויטשער צענטער, געליטן פֿון וואַנדאַליזם. עמעצער האָט אָנגעצייכנט האַקנקרייצן אויף די ווענט און צוגעגעבן דאָס וואָרט „כאַמאַס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.