ייִדישע אַרכיוו-אוצרות פֿון אוקראַיִנע

Jewish Archival Treasures of Ukraine


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 12, 2014, issue of August 29, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ בילבול. דאָס ייִדישע לעבן אין דרום-מיזרח אוקראַיִנע געהערט אַלץ מער צו דער פֿאַרגאַנגענער צײַט. צו פֿאָרשן די „פֿאַרגאַנגענע צײַט‟, די קאַלטע האָלעוועשקעס פֿון דעם אַמאָליקן פֿײַער וואָס האָט געברענט אין יענע מקומות, העלפֿט דער נײַער באַנד, וואָס איז אַנומלטן אַרויס אין קיִעוו: „דאָקומענטן לגבי דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין רעגיאָנאַלע אַרכיוון פֿון אוקראַיִנע — די ניקאָלײַעווער, אָדעסער און כערסאָנער געגנטן‟. דער צונויפֿשטעלער און רעדאַקטאָר פֿון דעם באַנד איז דער קיִעווער היסטאָריקער יעפֿים מלמד. דאָס איז אַ פֿרישע אויסגאַבע פֿון דעם „פּראָיעקט יודאַיִקע‟, מיט וועלכן עס פֿירט אָן דער ניו-יאָרקער פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן.

איך רעד גאַנץ אָפֿט מיט מײַן קיִעווער חבֿר יעפֿים מלמד און קען אָפּשאַצן, מער אָדער ווייניקער, וויפֿל אַרבעט ער האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם דאָזיקן האַנטבוך. הגם ער האָט געהאַט בעלפֿערס, וואָס האָבן אים געהאָלפֿן אין די דרײַ געגנטן, איז אויף אים געפֿאַלן די שווערסטע משׂא פֿון צונויפֿזאַמלען, אויססדרן, קאָנטראָלירן און באַשרײַבן די אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ טוץ אַרכיוון, מוזייען און ביבליאָטעקן.

דאָס האַנטבוך איז כּולל אַ סך דאַטן, וואָס קענען פֿאַראינטערעסירן, בפֿרט, די פֿאָרשער, וואָס אַרבעטן מיט ייִדיש. אַ היפּש ביסל אַרכיוון-דאָקומענטן זײַנען פֿאַרבונדן, אַ שטייגער, מיט די סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער חנא ווײַנערמאַן (1902–1979), אײַזיק הובערמאַן (1906–1966), אירמע דרוקער (1906–1982) און נאָטע לוריע (1906–1987). שוין אָפּגערעדט פֿון די צענדליקער אָרגאַניזאַציעס, וועלכע זײַנען דירעקט צי אומדירעקט געווען פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און ייִדישער קולטור.

דער דאָזיקער באַנד איז דער דריטער אין דער סעריע „אוקראַיִנישע‟ האַנטביכער: אין יאָר 2006 איז אַרויס אַן אָנווײַזער פֿאַר אַרכיוון פֿון קיִעוו, און אין יאָר 2009 — פֿאַר אַרכיוון פֿון די וואָלינער, זשיטאָמירער, ראָוונער און טשערקאַסער געגנטן. איך בין, בלי-ספֿק, ניט דער איינציקער, וואָס האָפֿט צו זען ענלעכע ביכער וועגן די איבעריקע געגנטן. די כאַרקאָווער און לעמבערגער אַרכיוון דאַרפֿן האָבן באַזונדערס אינטערעסאַנטע קאָלעקציעס.