מאָנטיק, דעם 11טן אויגוסט, האָט אַ ישׂראלדיקע פֿאַרהאַנדלונג־דעלעגאַציע געשלאָסן אין קאַיִר דעם אָפֿיציעלן אָפּמאַך ווען אַ נײַעם דרײַ־טאָגיקן שטילשטאַנד מיט „כאַמאַס‟. מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט „כאַמאַס‟ ווידער מסכּים געווען נישט צו אַטאַקירן ישׂראל במשך פֿון 72 שעה. די פּאַלעסטינער פֿירער האָבן איבערגעגעבן דער עגיפּטישער רעגירונג, אַז זיי נעמען אָן די תּנאָים.
די עגיפּטישע רעגירונג האָט דערקלערט, אַז דער שטילשטאַנד וועט דערמעגלעכן צו ברענגען די הומאַניטאַרע הילף קיין עזה און צו העלפֿן איבערצובויען די דאָרטיקע אינפֿראַסטרוקטור. מע האָפֿט אויך, אַז דער איבעררײַס פֿונעם קאָנפֿליקט וועט העלפֿן די צדדים אָפּצושטעלן די מלחמה אינגאַנצן.
פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק האָט זיך פֿאַרענדיקט דער פֿריִערדיקער 72־שעהיִקער שטילשטאַנד. „כאַמאַס‟ האָט ווידער אָנגעהויבן באַשיסן ישׂראל מיט ראַקעטן; די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע האָט זיך אומגעקערט פֿון עגיפּטן און געמאָלדן, אַז זי וועט נישט פֿאַרהאַנדלען מיטן שׂונא בעת די אַטאַקן. זונטיק אינדערפֿרי, האָט די פּאַלעסטינער דעלעגאַציע פֿריִער געוואָרנט, אַז זי וועט אויך פֿאַרלאָזט קאַיִר, אויב די פֿאָרשטייער פֿון ישׂראל וואָלטן זיך נישט אומגעקערן קיין עגיפּטן ממשיך צו זײַן די פֿאַרהאַנדונגען, דערפֿאַר האָט די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע איז דרינגלעך געפֿאָרן קיין קאַיִר, וווּ די צדדים האָבן געשלאָסן דעם נײַעם צײַטווײַליקן אָפּמאַך.
ווען מע האָט אָנגעהויבן שמועסן וועגן דעם נײַעם שטילשטאַנד, זענען צענדליקער ראַקעטן געפֿאַלן אינעם דרומדיקן ראַיאָן פֿון ישׂראל. דער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט זונטיק אינדערפֿרי באַטאָנט, אַז ער קלײַבט זיך ממשיך צו זײַן די מלחמה, כּדי צו מאַכן זיכער, אַז בעת אַ לאַנגן פּעריאָד אין דער צוקונפֿט וועלן די ישׂראלים מער נישט לײַדן פֿון די ראַקעט־אַטאַקן. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט מסכּים געווען מיט אַ צאָל פֿאָדערונגען מצד „כאַמאַס‟, אָבער געפֿאָדערט בײַ די עזה־פֿירער פּטור צו ווערן פֿון זייער געווער־אַרסענאַל. „כאַמאַס‟ איז נישט מסכּים דאָס אויסצופֿירן. מע האָפֿט, אַז במשך פֿון די קומענדיקע דרײַ טעג וועלן די צדדים קאָנען דערגרייכן אַ פּשרה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.