האָהענעמס

Hohenems

די ייִדישע גאַס אין האָהענעמס
די ייִדישע גאַס אין האָהענעמס

פֿון שׂרה קיריטעסקו

Published August 13, 2014, issue of August 29, 2014.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט די שרײַבערין פֿון די־אָ שורות דערצײלט דעם חשובֿן לײענער די מעשׂה פֿון הויפּטמאַן גרינינגער, װאָס האָט אַריבערגעפּעקלט ייִדן איבער דער עסטרײַכיש-שװײצאַרישער גרענעץ בײַ דיפּאָלדסאַו, בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה.

//yiddish.forward.com/articles/177336/the-grueninger-case

אײף דער אַנדערער זײַט גרענעץ, אין עסטרײַך, געפֿינט זיך אַ קלײן דערפֿל, װאָס הײסט האָהענעמס. כאָטש האָהענעמס האָט הײַנט נאָר אַ 15,000 אײַנװױנער און איז כּמעט אומבאַקאַנט (אַחוץ אפֿשר װי דער געבױרנאָרט פֿונעם חזן שלמה זולצער; אָדער װי דאָס אָרט, װוּ מע האָט געפֿונען צװײ כּתבֿ־ידן פֿונעם מיטל־עלעטערלעכן דײַטשישן עפּאָס „ניבעלונגענליד‟), איז דאָס דערפֿל פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע אױף עטלעכע אופֿנים.

די ייִדישע געשיכטע פֿון האָהענעמס האָט זיך אָנגעהױבן מיט כּמעט פֿיר הונדערט יאָר צוריק. שױן אין 1617 האָבן ייִדן זיך דאָרט באַזעצט. אין דעם יאָר האָט דער גראַף קאַספּאַר פֿון האָהענעמס באַשלאָסן, אַז ער דאַרף האָבן ייִדן, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אויף זײַן טעריטאָריע. ער האָט געגעבן די ייִדן אַ „שוצבריװ‟, װאָס זעט אויס ווי אַ מין קאָנטראַקט צװישן דעם גראַף און די ייִדישע אײַנװױנער: די ייִדן באַקומען געוויסע רעכט (למשל, זײ מעגן בױען אַ שיל און אַ בית־עולם) און מעגן האַנדלען, אָבער זײ מוזן אױך באַצאָלן שטײַערן, כּדי דער גראַף זאָל גאַראַנטירן זײער זיכערהײט. די ייִדן פֿון האָהענעמס האָבן געהאַט אַ גוטן קאָנטראַקט, אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע קהילות: זײ האָבן ניט געדאַרפֿט װױנען אין אַ געטאָ אָדער טראָגן ספּעציעלע סימנים, מע זאָל זײ דערקענען װי ייִדן.

בשעתן 17טן יאָרהונדערט זענען די קריסטן אין האָהענעמס ניט געװען צופֿרידן, װאָס אַ ייִדישע קהילה געפֿינט זיך אין מיטן זײער דאָרף, און אין 1676 האָט מען די ייִדן אַרױסגעטריבן, דער עיקר, צוליב דעם קריסטלעכן אַנטיסעמיטיזם. אָבער כּדי די עקאָנאָמיע זאָל נאָך אַ מאָל אופֿבליִען, האָט מען זיך פֿאָרט אין די ייִדן גענייטיקט; אין יאָר 1710 האָבן שוין צװאַנציק ייִדישע משפּחות געװױנט אין האָהענעמס, און אין 1773 איז שױן אַרום 10 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג באַשטאַנען פֿון ייִדן. אין דער צײַט האָט מען געבױט אַ שיל (אין דער גרױסער שטאָט װין האָט מען דערלויבט צו בױען די ערשטע עפֿנטלעכע שיל ערשט אין 1829), אַ מיקװה, אַ הױז פֿאַר אָרעמע-לײַט, אַ שול פֿאַר קינדער און אַ בית־עולם. נאָך הײַנט קען מען קוקן אױף די דאָזיקע בנינים פֿון סוף 18טן און פֿון 19טן יאָרהונדערט, װאָס צוליב זיי האָט מען אין 1996 באַשלאָסן, אַז דער אַמאָליקער ייִדישער קװאַרטאַל אין האָהענעמס איז אַן אמתער דענקמאָל.

די בנינים זענען אױך אַן עדות פֿון אַ לעבן, װאָס די ייִדן און קריסטן האָבן געפֿירט צוזאַמען בשלום. װען מע האָט געזוכט אַ זײגערװערק פֿאַר דעם קלײנעם טורעם אױפֿן דאַך פֿון דער שיל, האָבן די ייִדן זיך דערװוּסט, אַז אין אַ שכניש דערפֿל פֿאַרקױפֿן די קריסטן אַזאַ זײגערװערק פֿון אַ קלױסטער, װאָס האָט באַקומען אַ גרעסערן זײגער; האָט מען גלײַך געמאַכט אַ געשעפֿט און אָפּגעקױפֿט דאָס זײגערװערק. מע האָט אױך צו דער שיל צוגעגעבן אַן אָרגל, װאָס אַ קריסט פֿלעגט אויף אים שפּילן (דער זעלביקער קריסט, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן ייִדישן כאָר). כאָטש די אַלע פּרטים זעען הײַנט אויס זייער קריסטלעך, װײַזט עס, אַז מע האָט דעמאָלט ניט באַטראַכט ייִדישקײט װי עפּעס, װאָס מוז זײַן אין גאַנצן אַנדערש פֿון דער אַרומיקער קולטור.

די ייִדישע שול פֿונעם סוף 18טן יאָרהונדערט איז, צום ערשט, געווען נאָר פֿאַר ייִדישע קינדער, אָבער צוליב דעם מאָדערנעם קוריקולום האָבן אױך פּראָטעסטאַנטן (װאָס זענען געװען אַ מינאָריטעט אין דער געגנט) געװאָלט, אַז זײערע קינדער זאָלן זיך דאָרט לערנען; און שפּעטער האָבן אױך די קאַטױלישע עלטערן געשיקט אַהין זײערע קינדער. הײסט עס, אַז סוף־כּל־סוף, אין מיטן-19טן יאָרהונדערט, האָבן די ייִדן, פּראָטעסטאַנטן און קאַטאָליקן זיך געלערנט װעלטלעכע לימודים צוזאַמען, און רעליגיעזע לימודים באַזונדער — אַלץ אין אײן בנין.

די ייִדישע גאַס אין האָהענעמס, אַרום 1900
די ייִדישע גאַס אין האָהענעמס, אַרום 1900

די באַציִונגען מיט דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט זענען געװען ניט קיין שלעכטע און דער עקאָנאָמישער מצבֿ פֿון דער ייִדישער קהילה — אַ גוטער. צוליב די סיבות זענען די ייִדן ביסלעכװײַז געװאָרן מער בורזשואַז און אופֿגעקלערט. נאָך אַ גרױסער שׂרפֿה אין 1777 האָט מען אויסגעניצט די געלעגנהײט צו בױען נײַע און גרעסערע בירגערלעכע הײַזער. פֿאַר אַזאַ נײַעם לעבנס־שטײגער האָט מען אױך געדאַרפֿט אַן עפֿנטלעך אָרט צו שמועסן וועגן נײַעס און קולטור. דערפֿאַר האָט דער בורזשואַזער ייִד קיצינגער אין 1797 געגרינדעט אַ קאַוועהױז, װאָס איז טאַקע געװען דער ערשטער קאַפֿע אינעם פֿאָראַרלבערג-ראַיאָן.

מע װײסט, אַז אַזעלכע שרײַבער װי שילער, קאַנט און מענדלסאָן זענען געװען פּאָפּולער בײַם ייִדישן עולם, װאָס האָט זיך דעמאָלט דערנענטערט צו רעפֿאָרם־ייִדישקײט. די מיקװה האָט מען שױן מער ניט געניצט און די פֿרױען האָבן מער ניט געדאַרפֿט זיצן הינטער אַ מחיצה אין שיל. אָבער דער קלאָרסטער סימן פֿון װעלטלעכקײט איז מסתּמא געווען דער רעסטאָראַן „פֿרײלעכער אויסבליק‟, װאָס האָט געהערט צו אַ ייִדישער משפּחה, און װוּ ייִדן און קריסטן פֿלעגן עסן צוזאַמען סײַ שבת, סײַ זונטיק. דאָרט פֿלעגט מען האַרבסט עסן אַ „שלאַכטפּאַרטיע‟ — אַזאַ מאכל, װאָס מע פֿאַרקױפֿט מסתּמא נאָר אױב מע היט ניט אָפּ כּשרות.

װײַל די ייִדן זענען געװאָרן װאָס מער אַסימילירט, האָבן זײ, צום באַדויערן, אויפֿגעהערט שרײַבן זײערע דאָקומענטן אױף מערבֿ־ייִדיש און האָבן אָנגעהױבן שרײַבן אױף ריין דײַטש, פֿריִער מיט ייִדישע אותיות, שפּעטער מיט לאַטײַנישע. אין יענע יאָרן האָט פֿאָראַרלבערג געהערט צו בײַערן אױף אַ קורצער צײַט, און די ייִדן האָבן אױך געדאַרפֿט אױסקלײַבן אמתע דײַטשישע פֿאַמיליע־נעמען, צוליב אַדמיניסטראַטיװע סיבות. חײסט עס, מע האָט די האָהענעמסער ייִדן שױן געקענט האַלטן פֿאַר גאַנצע יעקעס. זײ האָבן שטאַרק געהאַלטן פֿון זײער װעלטלעכער און אַסימילירטער קהילה און דערפֿאַר ניט ליב געהאַט דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִד, װאָס האָט זיך אַרײַנגעצױגן אין האָהענעמס און געמאַכט אַ שלעכטן, שטעטלדיקן אײַנדרוק. מע האָט זיך צעקריגט מיט אים איבער רעליגיעזע ענינים און, סוף־כּל־סוף, אים אַרױסגעטריבן.

צוליב דער באַקװעמער און אײַנגענעמער סיטואַציע פֿון די ייִדן אין האָהענעמס איז די קהילה כּסדר געװאַקסן, אָבער נאָך די 1860ער יאָרן, װען די ייִדן האָבן באַקומען דאָס דערלױבעניש זיך צו באַזעצן װוּ נאָר זײ װילן, האָבן זיך עטלעכע אײַנװױנער אַריבערגעצױגן אין די גרעסערע שטעט פֿון עסטרײַך, דער שװײַץ און אַמעריקע. אין 1917 האָט מען שױן מער ניט געהאַט גענוג געלט אויסצוהאַלטן אַ רבֿ פֿאַר אַזאַ קלײנער קהילה. אָבער די פּאָר ייִדן, װאָס זענען געבליבן, האָבן זיך געפֿילט שטאַרק פֿאַרבונדן מיט עסטרײַך און בשעת דער ערשטער װעלט־מלחמה האָבן עלטעכע פּאַטריאָטישע ייִדישע זעלנער געקעמפֿט פֿאַר עסטרײַך און דעם קיסר. בײַם סוף פֿון דער מלחמה האָט מען אַפֿילו איבערגעגעבן דאָס גאַנצע קופּער פֿונעם שיל־טורעם פֿאַר די מלחמה־פֿאָנדן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז ניט געקוקט אױפֿן גרױסן פּאַטריאָטיזם, איז דער מצבֿ פֿון דער קליינער קהילה באַלד געװאָרן ערגער, צוליב דעם פּאָליטישן און ראַסישן אַנטיסעמיטיזם, װאָס איז געװאָרן אַ פּאָפּולערע אידעאָלאָגיע בײַם פֿאָלק זינט דעם סוף 19טן יאָרהונדערט. נאָכן נאַצי־„אַנשלוס‟ פֿון עסטרײַך אין 1938 האָט מען אין האָהענעמס גופֿא ניט צעשטערט די שיל בשעת דער אַזױ גערופֿענער „קרישטאָלנאַכט‟, אָבער מע האָט געהאַט פּלענער זי צו פֿאַרװאַנדלען אין אַ פֿײַערלעש־דעפּאָ — און מע האָט דאָס טאַקע געטאָן אין 1954, נאָך דעם װי מע האָט געקױפֿט די שיל בײַ דער אָרעמער אינסברוקער קהילה. כּמעט אַלע חפֿצים פֿון דער שיל זענען פֿאַרשװוּנדן געוואָרן ביזן הײַנטיקן טאָג, און מע וועט זיי מסתּמא שױן מער ניט געפֿינען. אין 1939 זענען עטלעכע ייִדן פֿון דער קלײנער קהילה אַנטלאָפֿן און אין 1940 האָט מען די לעצטע אַכט ייִדן געשיקט אין אַ „ייִדן־דירה‟ אין װין, נאָך דעם װי די נאַציס האָבן אָפֿיציעל אויפֿגעלײזט די האָהענעמסער קהילה. דאָס איז געװען דער אומעטיקער סוף פֿונעם ייִדישן שטעטל האָעהענעמס, און זינט דעמאָלט האָבן מער ניט געװױנט קײן אמת-האָהענעמסער ייִדן אין האָהענעמס.

דער ייִדישער מוזיי אין האָהענעמס
דער ייִדישער מוזיי אין האָהענעמס

נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט זיך נאָך אַ מאָל אָנגעהױבן אַ קורצער קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין האָהענעמס: פֿון 1945 ביז 1954 האָבן מער װי טױזנט ייִדישע פּליטים געװױנט אין די אַמאָליקע ייִדישע הײַזער אין האָהענעמס, אויסגעהאַלטן פֿון דער אַמעריקאַנער צדקה, פֿונעם „דזשאָינט‟ און פֿון שמוגלערײַ. מע האָט אױך אופֿגעבױט אַ קיבוץ „אַף־על־פּי‟, װאָס האָט צוגעגרײט די ייִדן פֿאַר דער עליה קײן ארץ־ישׂראל. אַקעגן דער פֿריִערדיקער װעלטלעכער און רעפֿאָרמירטער טראַדיציע, זענען די פּליטים מערסטנס געװען אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון מיזרח־אײראָפּע. פֿאַרשטײט זיך, אַז די באַפֿעלקערונג איז נאָך אַלץ געװען אַנטיסעמיטיש געשטימט און האָט זיך באַקלאָגט אויף די „עקזאָטישע‟ ייִדן, װאָס מאַכן אַ סך רעש בײַ נאַכט, װאָס פּראַװען מאָדנע ימים־טובֿים, און װאָס זענען שמוציק. אָבער די האָהענעמסער אײַנװױנער זענען אױך געװען גענוג ברײטהאַרציק צו פֿאַרקױפֿן די אַמאָליקע ייִדישע חפֿצים פֿאַר דער נײַער קהילה. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן די עסטרײַכער קלאָר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז מע װיל מער ניט האָבן צו טאָן מיט די אַמאָליקע ייִדישע אײַנװױנער; למשל, אײן ייִד, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ קאַטױלישער, האָט נאָך דער מלחמה ניט געטאָרט צוריק אַרײַנגיין אין זײַן דירה, װײַל מע האָט געטענהט, אַז ער איז „פֿרײַװיליק‟ אַרױסגעפֿאָרן פֿון דאָרף.

עסטרײַך האָט ערשט מיט צענדליקער יאָרן נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה אָנגעהױבן צו אָנערקענען די אײגענע שולד און די קרבנות פֿון נאַציזם. אײן סימן אַזאַ פֿון דעם היסטאָרישן בײַט: מען האָט אין 1973 געטראַכט צו עפֿענען אַ ייִדישן מוזײ אין האָהענעמס, און אין 1986 האָט מען געגרינדעט אַ פֿאַראיין פֿאַר דעם ענין; אָבער ערשט אין 1991 איז טאַקע דורכגעפֿירט געוואָרן דער פּלאַן. הײַנט געפֿינט זיך דער מוזײ אין מיטן דעם אַמאָליקן ייִדישן קװאַרטאַל אין אַ בירגערלעך הױז, װוּ די לעצטע ייִדישע פֿרױ אין האָהענעמס (אַ קרובֿה פֿון דער באַקאַנטער סוחרים־משפּחה ראָזענטאַל) האָט געװױנט, ביז מע האָט זי דעפּאָרטירט קײן װין.

אין יאָר 2000 האָט מען אױך מחצליח געװען צו רעסטאַװרירן די אַמאָליקע שיל, װאָס הײסט הײַנט „שלמה זולצער־זאַל‟, װוּ עס קומען פֿאָר פֿאַרשײדענע אונטערנעמונגען און װאָס דינט אױך ווי אַ מוזיקשול. דער ייִדישער מוזײ פּרוּװט ניט צו זײַן סתּם אַ היסטאָרישער אַרכיװ פֿון ייִדישן לעבן, נאָר צו דיסקוטירן הײַנטיקע פּאָליטישע פֿראַגעס װעגן מיגראַציע און פּלטים, אױפֿן סמך פֿון דער ייִדישער געשיכטע. דער מוזײ איז אױך אַ צענטער פֿאַר דער האָהענעמסער דיאַספּאָרע, װוּ די אײניקלעך פֿון די האָהענעמסער ייִדן האָבן זיך געטראָפֿן אין 1998 און אין 2008.

הײַנט װײסט מען פֿון מער װי אַ טויזנט יורשים פֿון צװאַנטיק משפּחות, װאָס זענען פֿאַרבונדען אין אַ פֿאַראיין. אױב דער חשובֿער לײענער פּלאַנירט צו פֿאָרן דעם זומער אַרום אײראָפּע, װעט ער איצטער אפֿשר וועלן זיך אָפּשטעלן אין האָהענעמס און זיך מער דערװיסן װעגן זײַנע אָבֿות.