ידיעות פֿון וואַרשע

News from Warsaw

פֿאָטאָ־אויסשטעלונג פֿון אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ
פֿאָטאָ־אויסשטעלונג פֿון אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 12, 2014, issue of August 29, 2014.

אַ קריגערײַ אַרום יאָזעף געבעלס טאָגבוך

די פּוילישע פּרעסע ברענגט אונדז טשיקאַווע נײַעסן פֿון אונדזערע מערבֿדיקע שכנים — די דײַטשן. אַ דײַטשישע פֿרוי מיטן נאָמען קאָרדולאַ שאַכט האָט אָנגעקלאָגט דעם פֿאַרלאַג „רענדאָם האַוז‟. „רענדאָם האַוז‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן יאָזעף געבעלס, היטלערס פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער. אינעם בוך געפֿינען זיך ציטאַטן פֿון געבעלסן אַליין. בעסער געזאָגט, ציטאַטן פֿון געבעלסעס טאָגביכער.

קאָרדולאַ שאַכט, וואָס איז איין און זיבעציק יאָר אַלט, איז אַן אַדוואָקאַט. זי האָט נאָך אַ ייִחוס. זי איז די טאָכטער פֿון היטלערס ווירטשאַפֿט־מיניסטער הײַלמאַר שאַכט, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן דעם עיקר — קאָרדולאַ שאַכט איז די יורשנטע פֿון יאָזעף געבעלס, און באַהאַלט די קאָפּירײַט־רעכט אויף אַלע זײַנע ווערק.

די „זיד-דויטשע צײַטונג‟ באַריכטעט, אַז די דאָזיקע רעכט האָט זי באַקומען פֿון אַ פֿאַרברענטן נאַצי — אַ שווייצאַרישער געשעפֿטסמאַן מיטן נאָמען FRANCOIS GENOUD. זשענו, וואָס איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אין 1996, איז געווען אַ פֿאַרערער פֿון אַדאָלף היטלער און פֿונעם ירושלימער מופֿטי. ער איז אַפֿילו געוואָרן אַ מוסולמענער און געשטיצט פֿינאַנציעל פֿאַרשיידענע פּאַלעסטינער טעראָר־אָרגאַניזאַציעס.

אין 1985 האָט זשענו געקויפֿט די רעכט פֿון געבעלסעס כּתבֿים פֿון דער בײַערישער מלוכה. רעפּרעזענטירט האָט אים דעמאָלט קאָרדולאַ שאַכט. דער פֿאַרקויף־קאָנטראַקט פֿאַרזיכערט דעם קונה אַלע רעכט. קאָרדולאַ שאַכט האָט געירשנט די דאָזיקע רעכט פֿון זשענו. זי באַקומט טאַקע טאַנטיעמען פֿון אַ צווייטער געבעלס ביאָגראַפֿיע פֿונעם דײַטשישן „פּיפּער־פֿאַרלאַג‟ (PIPER-VERLAG).

ווי געזאָגט, האָט „רענדאָם האַוז‟ נישט באַצאָלט דער פֿרוי שאַכט קיין שום טאַנטיעמען פֿאַר געבעלס־ציטאַטן. קאָרדולאַ שאַכט האָט געזאָגט אין געריכט, אַז דער אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג ווײַזט נישט אַרויס קײן חשק צו צאָלן פֿאַר געבעלסעס ציטאַטן. אין סעפּטעמבער וועלן די דײַטשישע ריכטער אַרויסגעבן זייער פּסק. וואָס וועט קאָרדולאַ שאַכט טאָן מיטן געלט אויב זי געווינט, ווייסן מיר נישט. מיר ווייסן יאָ, אַז זי האָט זיך קאַטעגאָריש אַנטקעגנגעשטעלט דעם פֿאָרשלאַג, וואָס איז אײַנגעפֿאַלן דעם ריכטער: דאָס געלט וואָלט זי אפֿשר געקאָנט איבערגעבן די קרבנות פֿון נאַציזם.

הומאָר בכלל און שוואַרצער הומאָר בפֿרט זענען מסתּמא נישט אין איר טבֿע. זי ווײַזט אָבער יאָ אַרויס דעם גרויסן רעספּעקט, וואָס די דײַטשן האָבן תּמיד געהאַט פֿאַר גענויקײט; לויט איר חשבון דאַרף זי באַקומען פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג די סומע פֿון זעקס טויזנט פֿינעף הונדערט און זיבן אייראָ און זיבן און אַכציק סענט. נישט קיין סענט ווינציקער.


חסידים אויפֿן פּוילישן פּייסאַזש

אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ איז אַ פּוילישע פֿילם־פּראָדוצענטין און פֿאָטאָגראַפֿין, וואָס האָט אַ פּאַסיע: זי האָט ליב צו פֿאָטאָגראַפֿירן די חסידים. אַ ייִדישע חבֿרטע האָט איר דערציילט וועגן רבי אלימלכס יאָרצײַט אין לעזשענסק. „ס’איז זייער פֿאָטאָגעניש‟ — האָט די חבֿרטע געזאָגט.

טראַטשעווסקאַ איז טאַקע געפֿאָרן און געזען צום ערשטן מאָל אין איר לעבן אַ חסיד. ער איז געשטאַנען אין פֿעלד אײַנגעהילט אין זיין טלית און געדאַוונט. טראַטשעווסקאַ זאָגט, אַז פֿאַר איר איז דאָס געווען אַ בילד פֿון פּוילן, ווי דאָס לאַנד איז געווען במשך פֿון הונדערטער יאָר, אַ בילד וואָס איז אויסגעמעקט געוואָרן און איז, כאָטש אויף אַ מינוט, צוריקגעקומען צום לעבן. אַזוי האָט געדאַרפֿט פּוילן אויסזען — האַלט זי.

זינט דעמאָלט אָן פֿאָטאָגראַפֿירט זי חסידים. קיין שום צײַטונג האָט זי נישט געשיקט מאַכן קיין רעפּאָרטאַזשן. זי האָט באַצאָלט פֿאַר אַלצדינג פֿון דער אייגענער קעשענע — נסיעות, האָטעלן, פֿילם. פֿון דעסטוועגן, האַלט זי, אַז זי האָט געוווּנען מער ווי זי האָט פֿאַרלוירן. „אין הײַנטיקן פּוילן‟ — זאָגט אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ — „ווערט אַלץ רעלאַטיוויזירט. מענטשן פֿאַרלירן ביסלכווײַז זייערע מאָראַלישע פֿונדאַמענטן. מען לעבט באַקוועם — און שוין.‟ בײַ די חסידים געפֿינט זי אַ וועלט, וווּ די אמונה און מאָראַלישע ווערטן זענען נישט קיין וויץ.

טראַטשעווסקאַ האָט באַקומען דעם צווייטן פּריז אינעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָטאָ־פֿאַרמעסט פֿאַרן יאָר 2014 פֿונעם זשורנאַל NATIONAL GEOGRAPHIC. זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט אַהרון און רבֿקה, אַ בחור און אַ מיידל, ביידע אַכצן יאָר אַלט, פֿון מאה-שערים. ער מיט אַ ספּאָדעק, און זי אין אַ ווײַסן כּלה־קלייד. ביידע שטייען צום ערשטן מאָל אין איין צימער נאָך דער חופּה. באַלד גייען זיי צום יחוד. דן וועסטערגרען, איינער פֿון די ריכטער פֿונעם פֿאַרמעסט דערציילט, וואָס געפֿעלט אים אַזוי שטאַרק אינעם בילד. „איך קוק אויפֿן בילד און טראַכט, וואָס איז אַזוינס ליבע און וואָס איז אַזוינס חתונה? ווען נישט די חסידישע מלבושים און דאָס כּלה־קלייד, וואָלט דאָס געקאָנט זײַן אַ בילד פֿון צוויי יונגע לײַט אויף זייער ערשטן ׳דייט׳‟.

ער שמייכלט און זי לאַכט, ווי צוויי יונגע לײַט אין אַזאַ דראַמאַטישער נײַער סיטואַציע. מיר ווייסן אָבער, אַז דאָס איז נישט קיין „דייט‟. דער יונגער בחור און דאָס מיידל אויפֿן בילד הייבן אָן, ממש די רגע, אַ געמיינזאַמען לעבנסוועג. „אַ פֿאָטאָ וואָס גיט אונדז אַזוי פֿיל צו טראַכטן איז ראוי צו באַקומען אַ פּריז‟ — זאָגט ער.

טראַטשעווסקאַ אליין זאָגט, אַז NATIONAL GEOGRAPHIC דרוקט אָפּ, געוויינטלעך, בילדער פֿון געוואַלדיקע טאָרנאַדאָס. אפֿשר דערפֿאַר איז איר בילד געפֿעלן געוואָרן דעם זשורנאַל; איר פֿאָטאָ באַשרײַבט אויך אַ טאָרנאַדאָ, אַ טאָרנאַדאָ פֿון עמאָציעס.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.