בעת די אַנומלטיקע פֿאַרהאַנדלונגען דעם 11טן אויגוסט אין עגיפּטן, בעת וועלכע ישׂראל און „כאַמאַס‟ האָבן געשלאָסן אַ צײַטווײַליקן שטילשטאַנד, זענען די צדדים נאָענט צוגעקומען צו אַ לאַנג־צײַטיקער פּשרה. די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע האָט זיך דינסטיק אומגעקערט פֿון קאַיִר, כּדי צו באַטראַכטן די רעזולטאַטן פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען מיטן זיכערהייט־קאַבינעט.
צווישן די 11 מיטגלידער פֿון דער פּאַלעסטינער דעלעגאַציע זענען געווען פֿינף פֿאָרשטייער פֿון מאַכמוד אַבאַסעס אויטאָנאָמיע; פֿיר פֿאָרשטייער פֿון „כאַמאַס‟, אַרײַנגערעכנט דעם פּאָליטישן וויצע־סעקרעטאַר פֿאַר פּאָליטישע ענינים, מוסאַ אַבו מאַרזוק; צוויי פֿאָרשטייער פֿונעם „איסלאַמישן דזשיהאַד‟; און דער וואָרטזאָגער פֿון דער דעלעגאַציע, קאַיִס אַבד אַל־קאַרים, וועלכער האָט רעפּרעזענטירט דעם „דעמאָקראַטישן פֿראָנט בײַ דער אָרגאַניזאַציע פֿאַר פּאַלעסטינער באַפֿרײַונג‟.
מצד ישׂראל, האָט זיך באַטייליקט דער דירעקטאָר פֿון „שין־בית‟, יורם כּהן; דער פּאָליטיש־דיפּלאָמאַטישער דירעקטאָר בײַם שוץ־מיניסטעריום, עמוס גלעד; דער קאָאָרדינאַטאָר פֿון מילטערישע אַקציעס אויף די שטחים, גענעראַל־מאַיאָר יואבֿ מרדכי; דער דירעקטאָר פֿונעם פּלאַנירונג־אָפּטייל בײַ צה״ל, גענעראַל־מאַיאָר נמרוד שעפֿער; און יצחק מולכו, בנימין נתניהוס פּערזענלעכער אַדוואָקאַט.
דער צווייטער קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע האָט איבערגעגעבן די תּנאָים פֿונעם פּלאַנירטן אָפּמאַך. ישׂראל האָט געפֿאָדערט בײַ די פּאַלעסטינער אינגאַנצן אָפּשטעלן אַלע אַטאַקן און פֿײַנטלעכע מיליטערישע אַקציעס אינעם עזה־ראָיאָן; די גרענעץ צווישן ישׂראל און עזה וועט מען עפֿענען אונטערן ישׂראלדיקן קאָנטראָל, ווי אַ טייל פֿונעם אָפּמאַך; אַלע מינים געלט־פֿאַרקער צו די רעגירונג־באַאַמטע אין עזה מוז דורכגעפֿירט ווערן דורך דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע.
די פּאַלעסטינער פֿאַרהאַנדלער האָבן געפֿאָדערט, פֿון זייער צד, צו פֿאַרברייטערן דעם צוטריט צום ים פֿאַר די פֿישער, בהסכּם מיט די ישׂראלדיקע זיכערהייט־נויטן; צו עפֿענען דעם קאָרידאָר אין רפֿיח צווישן עזה און עגיפּטן, אונטערן קאָנטראָל פֿון מאַכמוד אַבאַסעס פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע; צו פֿאַרברייטערן ממשותדיק די ברירה און קוואַליטעט פֿון סחורה, וואָס קאָן אימפּאָרטירט ווערן פֿון ישׂראל קיין עזה. די נײַעס־וועבזײַט Ynet האָט איבערגעגעבן, אַז מע פּלאַנירט צו פֿאַרגרעסערן אויף צוויי מאָל די טעגלעכע צאָל לאַסט־אויטאָס מיטן אימפּאָרט, בערך ביז 600.
דערווײַל האָט מען נישט דערגרייכט אַ פּשרה וועגן דעם פֿרײַען צוטריט פֿון עזה אויפֿן מערבֿ־ברעג, בפֿרט צו דעם מעטשעט „אַל־אַקסאַ‟ אין מיזרח־ירושלים. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אָבער מסכּים געווען צו פֿאַרגרעסערן די צאָל אַרבעט־דערלויבענישן פֿאַר די עזה־תּושבֿים אין ישׂראל, און צו פֿאַרגרינגערן די אַרײַנלאָז־פּראָצעדור בײַם פֿאָרן אויפֿן מערבֿ־ברעג.
די פּאַלעסטינער האָבן דערווײַל אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן בײַ ישׂראל צו עפֿענען אַ ים־פּאָרט אין עזה און צו עפֿענען פֿון ס׳נײַ דאָס פֿליפֿעלד. ישׂראל האָט אויפֿגעהערט צו פֿאָדערן בײַ „כאַמאַס‟ זיך צו אַנטוואָפֿענען, ווײַל ס׳איז קלאָר, אַז אַזאַ תּנאַי וועט מען נישט אָננעמען.
עטלעכע ישׂראלדיקע רעכטע קאַבינעט־מיניסטאָרן, אַרײַנגערעכנט אַבֿיגדור ליבערמאַן און נפֿתּלי בענעט, האָבן פּראָטעסטירט קעגן וועלכן־ניט־איז אָפּמאַך מיט „כאַמאַס‟. האָפֿנטלעך, אָבער, וועט דער פּלאַן געלינגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.