דער 12טער אויגוסט איז אַ באַקאַנטע און אַ טרויעריקע דאַטע אין דער געשיכטע פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום. אין דעם טאָג, אין 1942 האָבן די דײַטשע אָקופּאַנטן אָנגעהויבן צו הרגענען די ייִדן אין ראָסטאָוו־אויף־דאָן; און מיט צען יאָר שפּעטער, אין 1952, זענען דערשאָסן געוואָרן די טוער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, בתוכם די באַרימטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער: דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ און איציק פֿעפֿער.
אין ראָסטאָוו און אין מאָסקווע זענען פֿאָרגעקומען טרויער־פֿאַרזאַמלונגען. אויפֿן מאָסקווער בית־עולם דאָנסקאָיע, וווּ עס ליגן באַגראָבן אַ טייל דערשאָסענע און עס געפֿינט זיך אַ דענקמאָל אין זייער אָנדענק, האָט מען אָנגעצונדן ליכט און געזאָגט קדיש; פֿון דאַנען זענען די אָנטיילנעמער געפֿאָרן אויף פּאָקלאָנע־באַרג, וווּ אין דער מעמאָריאַלער שיל האָט מען געעפֿנט אַן אויסשטעלונג לזכר די ראָסטאָווער ייִדן. אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָבן זיך באַטייליקט די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל דאָריט האָלענדער און די הויפּטן פֿון מיכאָעלס־צענטער, פֿון חורבן־קאָמיסיע בײַם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, ייִדישע אַקטיאָרן, שרײַבער, פּאָליטיקער און זשורנאַליסטן.
עס גייט ווײַטער אָן די אַזוי גערופֿענע „ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע‟, אָרגאַניזירטע פֿון דעם רוסישן חב״ד מיטן ציל צו דערנענטערן די רוסישע ייִדן צו דער טראַדיציע, און צו דערציילן די ניט־ייִדן וועגן די ייִדן. די באַטייליקטע פֿון דער עקספּעדיציע זײַנען צעטיילט אויף 4 גרופּעס, וואָס האָבן פֿאַרשיידענע מאַרשרוטן. זיי זענען שוין כּמעט אַ וואָך אונטערוועגנס און האָבן שוין באַזוכט בסך־הכּל אַרום 20 שטעט. אַחוץ דעם, וואָס ס‘איז געווען פּלאַנירט, האָבן די אָנטיילנעמער פֿאַרשריבן די טענות פֿון דאָרטיקע ייִדן, כּדי זיי איבערצוגעבן דעם מאָסקווער חב״ד.
אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז ממשיך די אויסשטעלונג „אַוואַנגאַרד און אַוויאַציע‟, וואָס דערציילט וועגן די סאָוועטישע אַוואַנגאַרד־פּראָיעקטן, וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיט אַוויאַציע: בילדער און דעקאָראַציעס וועגן עראָפּלאַנען, פּראָיעקטן פֿון עראָפּלאַנען, פֿליפֿעלדער און פֿאַרשיידענע פֿוטוראָלאָגישע פּראָיעקטן. דווקא אַזעלכע פּראָיעקטן — פֿון קאָסמישע סטאַנציעס, פֿון פֿליִענדיקע שטעט, וואָס געפֿינען זיך הויך אין דער לופֿטן — האָט געשאַפֿן דער באַרימטער סאָוועטישער ייִדישער קינסטלער און אַרכיטעקט לאַזאַר חידקל, אַ תּלמיד פֿון אל ליסיצקי און קאַזימיר מאַלעוויטש. אַ טייל זײַנע ווערק ווערן אויסגעשטעלט די טעג אין דעם מוזיי. זונטיק דעם 10טן אויגוסט איז אין דעם מוזיי פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט זײַן טאָכטער, רעגינאַ חידקל, אַ קונסט־קריטיקערין, וואָס שרײַבט דווקא וועגן אַוואַנגאַרד. זי איז אויך די פּרעזידענטין פֿון לאַזאַר חידקלס געזעלשאַפֿט און דירעקטאָרין פֿון דעם רוסישן־אַמעריקאַנישן קולטור־צענטער אין ניו־יאָרק. זי האָט דערציילט דעם עולם וועגן לאַזאַר חידקלען, וועגן זײַן קינסטלעכער אידעאָלאָגיע — „סופּרעמאַטישן קאָנסטרוקטיוויזם‟ — און וועגן חידקלס השפּעה אויף דער מאָדערנער אַרכיטעקטור.
דעם 5טן אויגוסט איז אין מאָסקווע געשטאָרבן יעקבֿ עטינגער, איינער פֿון די גרינדער פֿון „מעמאָריאַל‟ — דער געזעלשאַפֿט, וואָס פֿאָרשט דעם טעראָר אין סטאַלינס צײַטן, זאַמלט אינפֿאָרמאַציע וועגן די קרבנות פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה און רעפּרעסיעס, באַשיצט מענטשן־רעכט אין רוסלאַנד, פֿאָרשט די פֿאַרברעכנס פֿון דער מלוכה קעגן אירע בירגער.
עטינגער איז געבוירן געוואָרן אין 1929. בעת דער מלחמה איז ער געווען אין מינסקער געטאָ, זײַנע טאַטע־מאַמע זענען דאָרטן אומגעקומען. נאָך דער מלחמה האָט אים אַדאַפּטירט אַן אַנדער משפּחה, אָבער די שטיף־עלטערן זענען אַרעסטירט געוואָרן אין שײַכות מיטן פּראָצעס קעגן די ייִדישע דאָקטוירים. עטינגער איז אויך געווען רעפּרעסירט, געווען אַן אָסיר פֿון וויאַטסקער לאַגער. נאָך דער באַפֿרײַונג איז ער אָנגעקומען אין דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט אויפֿן היסטאָרישן פֿאַקולטעט. ער האָט פֿאַרטיידיקט צוויי דיסערטאַציעס און איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר און אַ מיטגליד פֿון עטלעכע אַקאַדעמיעס. אין 1988 האָט ער, מיט זײַנע קאָלעגן און חבֿרים, געגרינדעט די געזעלשאַפֿט „מעמאָריאַל‟ און געאַרבעט אין איר ערשטער קאָמיסיע. עטינגער איז געווען באַגראָבן אויפֿן ייִדישן וואָסטריאַקאָווער בית־עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.