הײַיאָר אין דעצעמבער וועט מען פּראַווען דרײַסיק יאָר „קלעזקעמפּ‟. עס וועט אָבער ניט זײַן אין גאַנצן קיין פֿריילעכער יובֿל, ווײַל ווי הענעך סאַפּאָזניק, דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע „לעבעדיקע טראַדיציעס‟ און שערי מײַרענט, די וויצע־דירעקטאָרשע פֿון „קלעזקעמפּ‟ האָבן לעצטנס איבערגעגעבן אין אַן עפֿנטלעכן בריוו די מיטגלידער פֿון זייער אָרגאַניזאַציע, וועט דער הײַיאָריקער „קלעזקעמפּ‟ אויך זײַן דער לעצטער.
בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט סאַפּאָזניק דערקלערט, אַז דער פֿעסטיוואַל איז מער ניט נייטיק, און אַז ער און „לעבעדיקע טראַדיציעס‟ טראָגן דעם ציל ווײַטער ממשך צו זײַן מיט זייער קולטורעלן שליחות אויף אַנדערע אופֿנים. „דרײַסיק יאָר זענען פֿאַרבײַ זינט איך האָב געגרינדעט ׳קלעזקעמפּ׳, און די וועלט פֿון ייִדיש איז דעמאָלט געווען אין גאַנצן אַנדערש‟ — האָט סאַפּאָזניק געזאָגט. „פֿאַר ׳קלעזקעמפּ׳ זענען ניט געווען קיין ענלעכע פּראָגראַמען; ניט געווען קיין אָרט, וווּ מע וואָלט געפֿײַערט ייִדיש און די טראַדיציאָנעלע ייִדישע קולטור. מע האָט יאָ געהאַט קונסט, אָבער ניט קיין טראַדיציאָנעלע מוזיק. ס׳זענען ניט געווען קיין קאָנצערטן, קיין פֿעסטיוואַלן. ס׳זענען ניט געווען קיין פּראָגראַמען אויפֿן סמך פֿון פֿאָלקמוזיק־לאַגערן, וווּ מע לערנט זיך מוזיק בײַ מײַסטערס. הײַנט איז דער מצבֿ גאַנץ אַנדערש, ס׳זענען דאָ אַ סך פֿאַרשידענע פֿאָרקומענישן, וואָס זענען באַזירט אויף „קלעזקעמפּ‟. נאָך דרײַסיק יאָר ווי די פּראָגראַם, וואָס האָט געלייגט דעם סטאַנדאַרד פֿאַר אַזעלכע אונטערנעמונגען, — קען איך עס לאָזן אין אַ זײַט און איבערגיין אין אַן אַנדער ריכטונג, כּדי מע זאָל קענען טאָן אַנדערע זאַכן מיט רעסורסן פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, וואָס האָבן פֿריִער ניט עקזיסטירט. דערפֿאַר איז עס הײַנט ווייניק וויכטיק צוזאַמענצוברענגען מענטשן אויף אַ פֿעסטיוואַל‟.
סאַפּאָזניק האָט דערקלערט וועגן דעם נאָוואַטאָרישן מאָדעל פֿון „קלעזקעמפּ‟, און פֿאַר וואָס נײַע טעכנאָלאָגישע מיטלען וועלן אים באַלד פֿאַרטרעטן. „בײַם אָנהייב איז דער ציל געווען צו אידענטיפֿיצירן די גרעסטע קולטור־מײַסטערס, וואָס האָבן נאָך אַלץ געלעבט צו יענער צײַט, אַזעלכע מוזיקער ווי סידני בעקערמאַן, מאַקס עפּשטיין און האָויִ ליס; די ייִדישיסטן ווי פּסח פֿישמאַן, מענטשן, וואָס זענען ממש אויפֿגעוואַקסן מיט דער קולטור. מע האָט זיי געבראַכט פּנים־אל־פּנים צו אַ נײַעם דור סטודנענטן, אַז די סטודענטן זאָלן קענען זיך אָפּלערנען בײַ זיי‟.
„מיר האָבן געוואָלט מאַכן אַזאַ קולטורעלן שידוך, אַ בריק צווישן די דורות. דאָס איז געווען די עיקר־זאַך. און ס׳איז טאַקע געלונגען. זייערע סטודענטן פֿירן איצט אָן מיט דער אַרבעט פֿונעם אַלטן דור מוזיקער און זענען אַ המשך פֿון אים. אָבער די וועטעראַנען, די וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַזאַ ייִדישער וועלט, זענען, לײַדער, מער ניטאָ. און דערפֿאַר דאַרף אונדזער מיסיע זיך בײַטן‟ — האָט סאַפּאָזניק דערקלערט.
„מיר האָבן אַ קאָלעקציע פֿון 9000 פּלאַטעס, די קאָלעקציע אויפֿן נאָמען פֿון שערי מיירענט, וואָס איז באמת אָן קיין גלײַכע, וואָס וועט באַלד אַרויפֿגעשטעלט ווערן אויף דער אינטערנעץ. די קולטורעלע המשכדיקייט איז געווען אַזוי וואַקלדיק, אַז צוליב דעם זענען אָט די רעקאָרדירונגען אַזוי וויכטיק, ווײַל מע האָט געליטן פֿון אַ טיפֿן קולטורעלן איבעררײַס צוליב דעם חורבן, ציוניזם, די אַסימילאַציע בכלל און די אַלע אַנדערע פֿאַקטאָרן וואָס האָבן געמאַכט, אַז מע האָט ניט איבערגעגעבן די קולטור פֿון דור צו דור.‟
„די קאָלעקציע ווערט נאָך מער וויכטיק דערצו, ווײַל מיר האָבן פֿאַרלוירן דעם צווייטן דור, וואָס איז באַשטאַנען פֿון מענטשן ווי דייוו טאַראַס. איז אָט די רעקאָרדירונגען זענען וואָס מער לענבס־נייטיק פֿאַר די סטודענטן, כּדי זיי צו געבן ערשט־האַנטיקע קוואַלן צוזאַמען מיט לערערס. מיר קענען נאָך אַלץ דינען פֿאַרשידענע קהילות אָבער מיר וועלן אויך קענען געניסן פֿון פֿאַרברייטערטע רעסורסן, וואָס האָבן פֿריִער ניט עקזיסטירט.‟
אינעם בריוו האָבן סאַפּאָזניק און מיירענט דערקלערט, אַז די אָרגאַניזאַציע בײַט איר ראָלע, כּדי בעסער צו דינען דער ייִדישער קולטור־וועלט דורך איר שותּפֿות מיטן וויסקאָנסינער אוניווערסיטעט אין מאַדיסאָן. סאַפּאָזניק און מיירענט האָבן אויך איבערגעגעבן, אַז די וואָס זענען קיינמאָל ניט געקומען אויף „קלעזקעמפּ‟, וועלן קענען געניסן פֿון די אַמאָליקע פּראָגראַמען, ווײַל מע וועט דיגיטאַליזירן און פֿאַרשפּרייטן פֿילמען און אַנדערע מאַטעריאַלן פֿון קלאַסן און קאָנצערטן, וואָס מע האָט געהאַלטן בעת „קלעזקעמפּ‟. אינעם בריוו דערקלערן זיי אויך, אַז די „מייערענט־קאָלעקציע‟, וועט ווערן אַ טייל פֿון דער מוזיקאַלישער ביבליאָטעק בײַם וויסקאָנסין־אוניווערסיטעט, וווּ סאַפּאָזניק פֿירט אָן מיטן אָרטיקן „מײערענט־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור‟.
„׳קלעזקעמפּ׳ איז געווען אַן אוניקאַלע פּראָגראַם, ווײַל מע האָט געלערנט די ייִדישע קולטור אין אַלע אירע אַספּעקטן‟, האָט סאַפּאָזניק דערקלערט בעת אונדזער שמועס. „אויפֿן זעלביקן אופֿן וועט דער ׳מייערענט אינסטיטוט׳ שאַפֿן פּראָגראַמען, וואָס נעמען אַרײַן דעם גאַנצן פֿאַרנעם פֿון ייִדיש; דאָס הייסט, ניט בלויז די מוזיק, נאָר אויך די שפּראַך, דעם פֿאָלקלאָר און אַזוי ווײַטער. און מיט דער אונטערשטיצונג פֿון אַ גרויסן אוניווערסיטעט, ווי דער וויסקאָנסאָן־אוניווערסיטעט וועט מען קענען וואָס טיפֿער אַרײַנגיין אין די פּעדאַגאָגישע אַספּעקטן, ווי אויף ׳קלעזקעמפּ׳, אָבער מיט די ריזיקע רעסורסן פֿון די ביבליאָטעקן און אַרכיוון, וואָס געפֿינען זיך בײַם וויסקאָנסין־אוניווערסיטעט. און דורך אָט די רעסורסן וועלן מיר קענען דערגרייכן אַ סך מער מענטשן‟.
סאַפּאָזניק האָט דערקלערט, אַז ער פּלאַנירט צו באַנוצן זיך מיט די מענטשן, וואָס זענען אויסגעשולט געוואָרן דורך „קלעזקעמפּ‟, ווי לערערס פֿאַר די נײַע פּראָגראַמען פֿונעם „מײערענט אינסטיטוט‟. „איך קוק שטאַרק פֿאָרויס אויף דעם, וואָס מיר וועלן קענען אַרבעטן צוזאַמען מיט מענטשן, וואָס קומען שוין 30 יאָר אויפֿן ׳קלעזקעמפּ׳, מיט מענטשן, אַזוי ווי, לשמל, מײַקל ווינאָגראַד, וואָס זענען געקומען יאָרן נאָכאַנאַנד, ווי קינדער און זענען איצט אַ ממשותדיקער טייל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. ווינאָגראַד האָט אָנגעהויבן קומען צו 14 יאָר, און איך מיין, אַז זײַן קומען יעדעס יאָר האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם, וואָס ער איז איצט אויסגעשולט אין דער טראַדיציאָנעלער מוזיק; אַז ער שפּילט הײַנט אַזאַ וויכטיקע און בכּבֿודיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער מוזיק־סצענע. דאָס איז דער צוועק פֿון אונדזער צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור: צו זײַן גאַנץ באַהאַוונט אין דער טראַדיציאָנעלער קולטור, אָבער צו קענען זי אויך נוצן אויף אַ נײַעם און מאָדערנעם אופֿן‟.
וועגן דעם הײַיאָריקן „קלעזקעמפּ‟, האָט סאַפּאָזניק איבערגעגעבן, אַז ער פֿילט, אַז ס׳איז בפֿירוש אַ פּאַסיק יאָר צו מאַכן דעם לעצטן פֿעסטיוואַל. „איך בין פֿריילעך, וואָס מיר פֿאַרענדיקן ׳קלעזקעמפּ׳ אויף די פֿיס און ניט אויף די קני. פֿאַראַיאָרן זענען מער מענטשן געקומען ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן. הײַיאָר פֿאַלט עס אויס שבת בעת „קלעזקעמפּ‟ און איך בין זייער צופֿרידן, ווײַל איך האָב לאַנג געוואָלט פּראַווען שבת אויף ׳קלעזקעמפּ׳, לויטן נוסח פֿון די גרויסע היסטאָרישע רעקאָרדירונגען פֿון חזנים. וועלן מיר האָבן אַן אויסגעצייכנטן שליח־ציבור אויף שבת. עס דערמאָנט מיר אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווען מײַן פֿאָטער איז געווען אַ חזן, און איך האָב געזונגען אין כאָר. מײַן פֿאָטער האָט טאַקע אָנגעפֿירט מיטן שבת אין די קעטסקילס. דערפֿאַר וועבט עס צונויף פֿאַרשידענע ניוואָען פֿון דער ייִדיש־קולטורעלער המשכדיקייט. איך בין זייער צופֿרידן וועגן דעם. נאָך די אַלע יאָרן פֿיל איך, אַז איך האָב אַ סך, מיט וואָס איך קען זיך פֿילן דאַנקבאַר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.