ערשט ניט לאַנג האָב איך זיך באַקענט מיט אַן אינטערעסאַנטן מענטש. זײַן נאָמען איז אַבֿרעמל קאַסעל. ער איז אַ זשורנאַליסט, לאַנגע יאָרן געשריבן פֿאַר אַ רײ צײַטונגען אין מאַסאַטשוסעטס, צפֿון־קאָראָלײַנע, פֿלאָרידע און פֿילאַדעלפֿיע.
צוליב דעם ער זאָל קענען לײענען זײַן זײדנס שריפֿטן, האָט אַבֿרעמל צו 40 יאָר אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש. איצט רעדט ער אַ נישקשהדיקן ייִדיש, און אָט װאָס ער האָט מיר דערצײלט. אין זײַן משפּחה האָבן זיך פֿאַרהיט עטלעכע אָריגינעלע בריװ פֿון שלום־עליכם, געשיקט צו זײַן זײדן, ברוך־חײם (בערנאַרד) קאַסעל. צום באַדױערן, האָט אַבֿרעמל װעגן זײַן זײדן קנאַפּע ידיעות.
ברוך־חיים קאַסעל איז געבױרן געװאָרן אין שטעטל קײדאַן (ליטע) אין 1877. אין די יונגע יאָרן האָט ער זיך גערעכנט פֿאַר אַ משׂכּיל. גענומען אַן אַקטיװן אָנטײל אין די ייִדישע ענינים. אין 1898־1899 האָט ער אָנגעזאַמלט אַ היפּשע צאָל ייִדישע פֿאָלקסלידער און אין אײנעם מיט זײַן פֿרײַנד אַהרן פּיק צוגעגרײט צום דרוק אַריבער 140 לידער. זײ זײַנען געװען פּובליקירט אין דער „גינזבורג־מאַרעק‟־קאָלעקציע אונטערן טיטל: “Еврейские песни России” (ייִדישע לידער פֿון רוסלאַנד), פּעטערבורג, 1901.
אין 1904 האָט קאַסעל עמיגרירט קײן אַמעריקע. דאָ האָט ער זיך איבערהױפּט פֿאַרנומען מיט פֿאַרשײדענע קאָמערציעלע ענינים.
אין 1906 האָט קאַסעל זיך באַקענט מיט שלום־עליכם, װען ער איז צום ערשטע מאָל געקומען קײן אַמעריקע. אין משך פֿון 1906־1908 האָט קאַסעל באַקומען פֿון שלום־עליכם ניט װײניקער פֿון 6 בריװ. אין זײ האַנדלט זיך װעגן די איבערזעצונגען און פּובליקאַציע אױף ענגליש פֿון אַזעלכע װערק װי „מאָטל פּײסי דעם חזנס‟, „דער מבול‟, „די ערשטע ייִדישע רעפּובליק‟ א”אַנד.
שלום־עליכמס בריװ צו קאַסעלן אױף ייִדיש זײַנען געװען אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאַל „ייִדישע קולטור‟ (נאַװעמבער־דעצעמבער, 1991). אָבער די רוסישע בריװ, באַשטעטיקט אַבֿרעמל, זײַנען קײן מאָל ניט געװען געדרוקט.
איך לײג פֿאָר מײַנע איבערזעצונגען פֿון דרײַ רוסישע בריװ פֿון שלום־עליכם צו ברוך־חײם קאַסעל.
יוסף לאַכמאַן
25.07.1907
ליבער פֿרײַנד קאַסעל!
קודם־כּל זײַט מיר מוחל, װאָס איך שרײַב אײַך גװענדיק (בוכשטעבלעך). פֿאַרגעסט ניט, אַז איך לעב אין דער שװײץ, אין די בערג און װער זיצט דאָ אין דער הײם? אַ קראַנקער אָדער אַ שוטה.
איך האָף, אַז איר האָט באַקומען מײַן בריװ און הער ריטשאַרד איז צוגעטראָטן צו דער איבערזעצונג פֿון מײַן “רעפּובליק”.
אַ שאָד, װאָס עס ציט זיך אַזױ לאַנג דער אױסטױש פֿון געדאַנקען צװישן דער שװײץ און אַמעריקע. װען איך זאָל װיסן, אַז איר האָט זיך שױן גענומען צו דער אַרבעט, װאָלט איך אײַך אַרױסגעשיקט אַלע 10 בילדער פֿון דער “רעפּובליק” פֿאַרן הער ריטשאַרד. אַ שאָד, איך האָב נאָר אײן עקזעמפּלאַר פֿונעם כּתבֿ־יד. װען איר װעט באַקומען דעם דאָזיקן בריװ, װעט אין “טאָגבלאַט” שױן זײַן, װי איך האָף, אָפּגעדרוקט די ערשטע טײל. און כּל־זמן ה’ ריטשאַרד זעצט איבער די ערשטע העלפֿט, װעט װערן פֿאַרטיק די צװײטע. װען איך באַקום אָבער פֿון אײַך אַ מער טרײסטנדיקן און פּאָזיטיװן בריװ, װאָלט איך, פֿאַרשטײט זיך, באַלד אַרױסגעשיקט אײַך דעם גאַנצן כּתבֿ־יד.
כ’קען אײַך נאָר זאָגן, ליבער פֿרײַנד, אַז אין דער צײַט, װאָס איך האָב געשריבן דעם קאָנספּעקט פֿאַר דער ענגלישער אױסגאַבע, איז די אַרבעט געװען נאָך אַ סקיצע, ד”ה אין מוח. איצט, װען איך האָב זי פֿאַרענדיקט, זעט זי אױס אַ סך מער געלונגענער װי איך האָב דערװאַרט פֿונעם מחבר… עס איז אַרױסגעקומען אַ גוטמוטיקע סאַטירע ניט נאָר אױף אונדזער נאַציאָנאַלער צעשפּליטערטקײט און צעשײדונג, נאָר אױכעט אױף די אַלװעלטלעכע נאַרישקײטן, װאָס מענטשן האָבן אָנגערופֿן פּאָליטיק, קלאַסנקאַמף, מלוכה און מיט אַנדערע ענלעכע שײנע נעמען.
אַזױ אַרום, מײן איך, אַז פֿאַר אַ דעביוט אין דער ענגלישער זשורנאַליסטיק װאָלט געװען בעסער געבן אַ מער פּאַסיקע זאַך. אָבער װען מען פֿרעגט מיך, װאָס איז מײַן מײנונג װעגן דער קינסטלערישער זײַט פֿונעם װערק, װאָלט איך, פֿאַרשטײט זיך, רעקאָמענדירט די הומאָריסטישע אױטאָביאָגראַפֿיע פֿון מײַן ייִנגעלע, דעם חזנס זון, װעמען איך האָב אָפּגעגעבן אַ טײל פֿון מײַן איך.
שטעלט זיך פֿאָר: מײַן קלײנינקער רײַזנדער איז שױן אױפֿן װעג קײן אַמעריקע (מאַרשרוט: בראָד—לעמבערג—קראָקע—װין—לאָנדאָן—סאָוטגעמטאָן—ניו־יאָרק). גאָט מײַנער, װיפֿל אײַנדרוקן! און זײַן לעבן אין אַמעריקע! און אַלץ אין אַ פֿרײלעכן טאָן, אָן קײן אײן טרער.
אַך, װי אַזױ קען ער װײנען, מע קען אים פּשוט מקנא זײַן. איך אָבער טױג ניט פֿאַר אַ װײנער. איך לאַך, דער לײענער לאַכט. און אױב דער לײענער װעט אַמאָל לאָזן אַ טרער, איז דאָס ניט מײַן שולד. שולדיק איז די קלאָגעדיקע װירקלעכקײט, װעלכע עס דאַרף באַזינגען דער הײַנטיקער ייִדישער גאָגאָל, אָדער װי זײ רופֿן מיך — מאַרק טװען.
פֿאַרװאָס עפּעס האָב איך ניט באַקומען דעם מאַנדאַט פֿון די אַמעריקאַנער ציוניסטן? איך קלײַב זיך דאָך קײן האַג.
פֿאַר דעם װעל איך זײַן אױף עטלעכע באַדאַך (בעדער).
אין אַ װאָך אַרום פֿאָרט קײן ניו־יאָרק מײַן בערקאָװיטש. ער פֿאָרט מיט דער שיף “סענט־לויִס”. און דאַרף קומען אינעם ערשטן שבת פֿון אױגוסט.
מען דאַרף אַװעקװאַרפֿן ענגליש און נעמען זיך צו פֿראַנצױזיש.
מײַן װײַב שיקט אײַך אַ גרוס.
אײַער שלום־עליכם
14.06.1908
ליבער פֿרײַנד קאַסעל,
אַ דאַנק פֿאַרן בריװ. ניט אָפּלײגנדיק מײַן ענטפֿער, אײַל איך זיך פֿאַרענטפֿערן, אַז איך האָב פֿאַרראָכטן דעם „מבול‟ פֿאַר דער ענגלישער אױסגאַבע. ניט זײער אַ סך, פּונקט אַזױ, װי מיר האָבן געהאַט בדעה. איך קען אײַך שיקן אױך אַנדערע פֿאָרשלאָגן מכּוח דער „רעפּובליק‟. איך װאַרט אױף אײַער ענטפֿער. טוט אַזױ װי איך: לײגט ניט אָפּ אײַער ענטפֿער אױף מײַן בריװ, ענטפֿערט באַלד, װי נאָר איר װעט דעם בריװ באַקומען.
װי נאָר הער ריטשאַרד, אונדזער אַלגעמײנער פֿרײַנד, װעט זיך נעמען צו דער אַרבעט און איר װעט האָבן אַ גינסטיקן ענטפֿער, װעל איך באַלד אַרױסשיקן אַלע 10 קאַפּיטלען פֿון דער „רעפּובליק‟ (מאַנוסקריפּט).
אָבער די צײַט גײט אַזױ גיך און צו פּשוט — אַזױ פּאַמעלעך, אַז איך קען האָפֿן, אַז צו יענער צײַט װעלן בײַ אײַך שױן זײַן אַלע 10 בילדער פֿון מײַן „רעפּובליק‟. דאָס לעצטע (10טע) בילד, אָדער קאַפּיטל, האָב איך נעכטן געשיקט צו דעם „טאַגענבלאַט‟. אַזױ איז ביזן 4־15 אױגוסט װעט די „רעפּובליק‟ שױן אין גאַנצן זײַן אָפּגעדרוקט.
נאָך דער „רעפּובליק‟ װעלן מיר געבן „די געשיכטע פֿון אַ קלײנעם עמיגראַנט‟, אָדער „די געשיכטע פֿון אַ ייִדיש ייִנגעלע‟. איר האָט זיך, פֿאַרשטײט זיך, אָנגעשטױסן, אַז דאָס װעט זײַן אַ זאַמלונג פֿון דערצײלונגען פֿון מײַן סימפּאַטישן קלײנינקן פֿרײַנד מאָטעלע, פּײסי דעם חזנס זון, װעלכער לאָזט זיך הײַנט קײן אַמעריקע (דאָס קאַפּיטל 12 הײסט: „שאַט, מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע!‟) ער, זעט אײַך, װעט דורכגײן פֿאַר אײן יאָר אַלע סטאַדיעס פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן, װי אַ קלײנער גרינער צװישן גרױסע גרינע. עס װעט זײַן גראָד דאָס, װאָס מען באַדאַרף אונטערטראָגן דעם אַמעריקאַנער פּובליקום.
איך האָב באַשריבן די משפּחה, װאָס באַשטײט פֿון אַ ייִנגעלע, זײַן מוטער (אַ פֿאַרװײנטע אימיגראַנטקע), זײַן נאַיִװער ברודער אליה און זײַן װײַב דבֿורה; זײער חבֿר פּיניע (אַ פּאָעטישע נאַטור) און זײַן װײַב, די קאַסאָקע טײַבל, די גוטהאַרציקע אין דער װעלט פֿון אימיגראַנטן — דאָס אַלץ װעט זײַן גאַנץ גענוג, עס זאָלן בײַ קוריאָזע באַגעגענישן און בײַ דער שלימזלדיקער װירקלעכקײט, און די שלימזלדיקע צוזאַמענשטױסן געבן אַ פֿול בילד פֿונעם ייִדישן גלות אין דעם ברײטן אָקעאַן פֿון לעבן. דערצו דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן אין װאָס פֿאַר אַ קאָמישער פֿאָרעם עס ווערט דאָס אַלץ געשילדערט, און ווי קאָמיש, און ביז גאָר נאַיִװן עס קלינגט דאָס לשון, אין וועלכן עס ווערט דאָס אַלץ דערצײלט.
דערװײַל האָבן מיר צוגעגרײט דעם „מבול‟ אין אַן איבערגעאַרבעטער פֿאָרעם. מיר װעלן געבן כּמעט אַ פֿאַרגאַנצטע זאַך.
הײסט עס, גוט!
װאָס שײך דעם „דײַטש‟, חידוש איך זיך, הלמאַי האָט איר זיך ביז אַצינד ניט פֿאַראינטערעסירט פּערזענלעך מיטן קאַפּיטאַליסט, אָדער דײַטש, מיט זײַן פֿאַרמיטלער. גיט אים איבער, אַז כּל־זמן איר װעט עס ניט זען מיט אײַערע אײגענע אױגן, װעט איר מיר ניט שרײַבן.
נאָך אײן זאַך. איך באַפֿולמעכטיק אײַך װירקלעך צו פֿירן די אונטערהאַנדלונגען מיט די קאַפּיטאַליסטן אָדער מיט זײערע פֿאָרשטײער װעגן אַרױסגעבן אַ פֿולע זאַמלונג פֿון מײַנע װערק. זאָל מען אײַך באַזאָרגן מיט אַ פֿאַרטרױ־שײַן און מיט די מאַטעריאַלן גופֿא. װאַרט ניט ביז איך װעל קומען, נאָר איר דאַרפֿט אומבאַדינגט זיך טרעפֿן מיטן קאַפּיטאַליסט.
גאָנטאַר װעט אַװדאי האָבן אַ גוטן פֿאַרדינסט, אָפּהענגיק פֿון די באַדינגונגען.
געזעגענענדיק זיך, דריק איך אײַער האַנט און די האַנט פֿון הער גאָנטאַר. זאָל אײַך גאָט געבן די ברכה אײַנצואָרדענען אײַערע געשעפֿטן אין אַמעריקע. גיט איבער מײַן גרוס הער ריטשאַרדן, אונדזער פֿרײַנד און איבערזעצער.
שלום־עליכם
מײַן װײַב גריסט אײַך האַרציק און
ניומע איז זײער גליקלעך.
15.07.1908
ליבער פֿרײַנד קאַסעל!
איך שיק אײַך אַ בריװ אין רוסיש. זײַט אַזױ גוט און לײענט אים פֿאָר אױפֿן אָװנט לכּבֿוד דעם דאָקטער מאַגנוס.
װאָס שײך די „פּאַפּירן‟: שיקט מיר צו אַ באַזונדער פּאַפּיר, װאָס האָט אַ שײַכות צו מײַן ראָמאַן „מבול‟.
איך מײן, אַז דאָס װעט זײַן ראַציאָנאַלער: פֿאַר יעדן באַזונדערן פֿאַל אַ באַזונדערן בריװ, װעלכן איך װעל קענען, װען מען װעט באַדאַרפֿן, אָנשרײַבן אױף דער שפּראַך וואָס מע דאַרף. דער נאָטאַריוס קען דאָך איבערזעצן און באַשטעטיקן די ריכטיקײט פֿון דער איבערזעצונג. דאָס זעט אױס אַ סך בעסער. אַנדערש באַקומט זיך, אַז איך בין אַ שטומע צונג, װאָס באַהאַלט זיך הינטער די קוליסן.
לעבנדיק אין דער שװײץ, קען איך האָבן מײַן פֿאָרשטײער אין אַמעריקע.
װאָס שײך דעם „מבול‟ — זײַט אַזױ גוט און שיקט מיר אַ בריװ, ד״ה צװײ בריװ: אײנעם — װעגן פֿאָרשטײערשאַפֿט, דעם צװײטן — פֿאַרן האָנאָראַר. אין ערשטן בריװ גיט צו, אַז דאָס געלט פֿאַר דער איבערזעצונג דאַרף מען אַרײַנלײגן אין מײַן דעפּאָזיט. בײַ S. Maccus’a.
אַחוץ דעם, שרײַבט מיר אָן אַ בריװ (אַ האַנטשריפֿט) מיט דעם זעלבן אינהאַלט. דעם אַדרעס פֿון הער ריטשאַרד שיקט איבער פֿאַר דינען.
איך זיץ אין דער הײם פֿאַר טאָג און אױף דער נאַכט.
אײַער שלום־עליכם
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.