ווען רעליגיעס עקספּלאָדירן

When religions clash


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 15, 2014, issue of September 12, 2014.

וואָס האָט אַמאָל געזאָגט קהלת — ס’איז הפֿקר פּעטרישקע; נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון. ס’איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז געטער שלאָגן זיך, די טרעגער פֿון די געטער האַקן און בראָקן זיך, איינער וויל איבערצײַגן דעם אַנדערן, אַז זײַן גאָט איז דער אמתער, דער סאַמאָראָדנער, אויפֿריכטיקער, דערלייזער פֿון די וועלט און יענע וועלט.

שטעקט טאַקע אין דער רעליגיע אַליין די הריגה צי עס זײַנען דאָרט פֿאַרבאָרגן גאָר אַנדערע כּוחות, צווישן זיי: מלוכה־מאַכט, הערשאַפֿט, דאָמינירונג, פּאָליטיק, דאָס זײַנען בלויז די פּריאָריטעטן.

צו האָבן מאַכט, מיינט באַהערשן די באַפֿעלקערונג, זייער גלויבן, זייער פֿרײַהײט, זייער האָפֿענונג און, דער עיקר, הערשן איבער זייער קאַפּיטאַל. דיקטירן ווער ס‘איז פֿרײַנט און ווער ס‘איז פֿײַנט, שטיין גרייט צו פֿירן מלחמות, פֿאַרגיסן בלוט און דער כּוח צו מאָביליזירן נישט בלויז דאָס נעבעכדיקע, אונטערטעניקע פֿאָלק, נאָר אויך גאַנץ נאָבעלע מענטשהייט.

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן די זלידנע פֿליגן, וואָס באַפֿאַלן אַ סך מאָל אומשולדיקע פֿעלקער, ווי למשל, „כאַמאַס‟, „אײַסיס‟, „כעזבאָלאַ‟, וואָס ווערן געשטיצט פֿון אַזעלכע גאָטס־פֿאָרכטיקע מלוכות ווי איראַן און קאַטאַר, און אַ שלל צוויי פֿוסיקע ברואים, וואָס זײַנען אָנגעשטאָפּט מיט מזומן און ווייסן נישט, וואָס צו טאָן דערמיט. ווער רעדט שוין וועגן דעם צפֿון קאָרעער בולוואַן, וועלכער בריט אויס אַטאָמישע אייעלעך און סטראַשעט די וואַנצן.

די טעג הער איך ווי אַ זשורנאַליסט, וואָס שילדערט די אינוואַזיע פֿון דער „אײַסיס‟־מגפֿה אין איראַק, איז מלא־רציחה. וואָס הייסט מ’באַפֿאַלט אַן אַלטע, קריסטלעכע עדה, וואָס שטאַמט פֿון ביבלישע צײַטן, נאָך איידער יעזוס האָט זיך באַוויזן אויף דער ליכטיקער שײַן. ביז דעמאָלט זײַנען זיי געווען געשפּאָלטענע אויף גאָר אַנדערע עדות מיט פֿאַרצײַטיקע רעליגיעס. און איצט הער ווי דער חבֿרהמאַן גיט איבער די נײַעס, און איך פּאַראַפֿראַזיר:

„אײַסיס‟ ווייסט גאָרנישט מיט וועמען זיי האָבן אָנגעהויבן — מיט קריסטן. דאָס וועט זיי נישט אָפּגיין גלאַטיק, דער וואַטיקאַן, דער פויפּסט וועלן דאָס נישט דערלאָזן. מיט קריסטן שפּילט מען זיך נישט. הער, הער, קריסטן זײַנען בילכער ווי עס זײַנען געווען ייִדן, אויף ייִדן קען מען ביזן הײַנטיקן טאָג אויסגיסן די פּאַמויניצע.

און אַז מ’האַלט שוין דערבײַ, לאָזט לויפֿן זײַן פֿאַרסמט מויל דער אויבערדעקל־קאָמיסאַר פֿון „כאַמאַס‟, וווּ ער ברענגט אַ ראיה פֿון די „פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟, פֿונעם פֿאַלשן, אַנטיסעמיטישן דאָקומענט, אָנגעשריבן פֿון דער „שוואַרצער מאה‟ אין צאַרישן רוסלאַנד, וווּ ער דערמאָנט דאָס בלוט־בילבול. אַלץ וואָס איך קען זאָגן, ווען איך האָב געהערט דעם פּיזמון איז, אַז ווען ער וועט פֿאַלן, וועט אַפֿילו אַ שפּין אויף דער וואַנט עדות זאָגן קעגן אים.

הייסט עס, אַז מיר ייִדן זײַנען באַלאַגערט מיט ווילדע פֿעלקער, וואָס באַשולדיקן אונדז אינעם שטיין אין וועג פֿון זייער פּראָגרעס מיט אונדזער אינטעלעקטועלער אַנטוויקלונג, אַנטדעקונג פֿון נײַע רפֿואות קעגן אַלטע מגפֿות, מיר שטייען זיי אין וועג ווען עס קומט צום מעכאַנישן פּראָגרעס, טעכנאָלאָגיע, אַרכיטעקטור, מעדיצין, קונסט, עלעקטראָנישער אינאָוואַציע, מיטן באַשפּײַזן אונדזער ערד מיט וואַסער־רערן, מיט אַ שטאַרקער אַרמיי און די לעצטע אײַנפֿאַלן אין געווער און, דער עיקר, דעמאָקראַטיע, פֿולע פֿרויען־רעכט און דער אויסוואַל פֿון פֿרומקייט און וועלטלעכקייט. און דאָס אַלץ אין זיבעציק יאָר נאָכן חורבן!

איצט גיט אומיסטן אַ קוק, ווער אונדזערע שכנים זײַנען, צווישן זיי די מאָנאַרכיע פֿון סאַודיע־אַראַביע, וועלכע האַלט אַ שטרענג, אַלט פֿאַנאַטישע פֿויסט איבערן פֿאָלק — פֿון דעמאָקראַטיע איז אָפּגערעדט— פֿרויען טאָרן נאָך אַלץ נישט פֿירן קיין אויטאָ, מוזן זײַן באַגלייט פֿון אַ מאַנסביל, ווען זיי רירן זיך אַרויס פֿון הויז, פֿיל ווײַבערײַ עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג, פֿרײַע דערציִונג נאָר קיין שטעלעס זײַנען נישט פֿאַראַן, די גאַנצע אינדוסטריע באַשטייט פֿון נאַפֿט, טויזנטער פֿעסלעך מיט נאַפֿט, קיין פּראָגרעס… און איצט צו די פֿאַנאַטישסטע פֿון זיי אַלע, די „אײַסיס‟ כוליגאַנישע כאָפּטע. זיי פֿאַרכאַפּן טעריטאָריע צוליב מאַכט און איזדיעקעווען זיך איבער אַ פֿאָלק. ווער עס נעמט נישט איבער דעם איסלאַמישן גלויבן, האַקט מען קעפּ. ס’דערמאָנט מיך אין דער אינקוויזיציע אין אַמאָליקער שפּאַניע, אינעם קעניגרײַך פֿון פֿערדינאַנד און איזאַבעלאַ. דעמאָלט האָט מען געצוווּנגען איבערצוגיין אויפֿן קריסטלעכן גלויבן. ווער עס האָט זיך נישט געשמדט, האָט די אינקוויזיציע פֿאַרברענט אויפֿן שײַטער־הויף.

איצט זאָגט מיר ליבע ייִדן, וואָס טוט זיך מיטן רעליגיעזן עלעמענט צווישן דער מענטשהייט? די פֿאַנאַטיקער מערן זיך, אומשולדיק בלוט ווערט פֿאַרגאָסן, און אַלץ אין נאָמען פֿון רעליגיע. אַ חוץ פּוטין, ער קומט נישט מיט רעליגיעזע איבערצײַגונגען, נאָר פּראָסט און פּשוט מיט פֿאַרכאַפּן טעריטאָריע אָן אַ פֿאַרוואָס און אָן אַ פֿאַרווען. ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט איין פֿרימאָרגן און צו זיך געזאָגט:

„טאָוואַרישטש פּוטין, אָפּשטאַמיקער פֿונעם גרויזאַמען ראַספּוטין, פֿאַרוואָס נישט אויפֿשטיין אין דער פֿרי און נעמען זיך צו אוקראַיִנע, אַ ווויל שטיקל לאַנד. גאַנץ דערנעבן טאַנצט אַרום פּוילן, אַלע מאַריאָנעטן פֿון דער אייראָפּעיִשער יוניאָן. פֿאַר מיר זײַנען זיי נישט מער ווי אַמעריקעס שאָקאָלאַדנע סאָלדאַטן. בײַ מיר אין דער שטײַג געפֿינט זיך מיסטער סנאָודאַן, דער מײַסטערהאַפֿטער שפּיאָן, לקחן, גנבֿ און שאַנטאַזשיסט. ער געפֿעלט מיר, דעריבער האָט ער דאָ בײַ מיר געפֿונען אַ מקום־מקלט; איז ער שוין אַ היגער תּושבֿ, בײַ מיר אין סטאַדלע און צאָלט נישט קיין דירה־געלט, ממש אַ פֿאַרדינסטפֿולער רויב־פֿויגל. ער ווייסט עס נישט, נאָר בײַ אונדז איז ער שוין אַ פֿאַרפֿאַלענער.‟

און אַז מ’קוקט אַרײַן אין די היסטאָרישע בענד, דערזעט מען ערשט דאָס אמתדיקע אומגליק, צווישן זיי: בבֿל, פּערסיע, די גריכן, רוים, טערקן, נאַפּאָלעאָן, שוועדן, ענגלאַנד, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך, איטאַליע, שפּאַניע, היטלער, סטאַלין, ווער עס האָט געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס האָט פֿאַרשקלאַפֿט, אויסגעזויגן די גיטער פֿון אַ לאַנד, געהרגעט, גערויבט, געקעפּט, און אַלץ אין נאָמען פֿון אַ מאָנאַרכיע. בכּיוון דערמאָן איך נישט די כינעזישע דינאַסטיעס, וואָס האָבן זיך טויזנטער יאָרן איזדיעקעוועט איבער די אַרומיקע פֿעלקער.

די מיסיאָנערן האָבן געטאָן זייער אַרבעט ווי אַ פֿליכט, געקריסטלט הונדערטער פֿעלקער אַרום דער וועלט מיט גוטן צי מיט שלעכטן, און מען האָט זיי געלויבט אין הימל אַרײַן, זיי האָבן באַוויזן צו שאַפֿן אַ ביליאָן קריסטן פֿאַר דער גלאָריע פֿון דער ליבנדיקער רעליגיע. אַ גדולה אויף מײַן פּיעקעליק.

און איצט שינדט מען פֿון זיך די הויט, ס’טײַטש, מען טוט אָפּ אַכזריותן אויף דער וועלט און מיר, דער ציוויליזירטער, דערצויגנער, דעמאָקראַטישער, ליבעראַלער טייל פֿון ערד־קוגל, האָט נאָך אַזוינס נישט בײַגעוווינט. אָרעמע אינטעליגענץ, די וועלט־געשיכטע איז פֿאַר זיי, נעבעך, פֿרעמד. אָבער נישקשה, מיר וועלן מאַכן פֿון זיי פּולווער און געבן אַ געלעגנהייט אַ צווייטער כאָפּטע בעסטיעס, וואָס שטייען שוין אויף דער וואַך און שאַרפֿן זיך די ציין.