די אַמעריקאַנער אַקטריסע לאָרען בעקאָל, וועלכע איז געשטאָרבן בײַ 89 יאָר דעם 12טן אויגוסט, באַקאַנט מיט איר בראַווקייט און קוראַזש אויפֿן עקראַן, האָט במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געפּרוּווט איבערצוקליגן און באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם אין האָווילוווּד. פֿאַר די ליבהאָבער פֿון אירע פֿילמען, אין וועלכע זי האָט געשפּילט במשך פֿון כּמעט 70 יאָר, וועט זי אייביק בלײַבן אַ סימבאָל פֿון אַן אינטעלעקטועלער און אומאָפּהענגיקער פֿרוי.
בעקאָל, געבוירן אין אַ בראָנקסער ייִדישער משפּחה, האָט באַשלאָסן צו בײַטן איר נאָמען — לכתּחילה, בעטי־דזשאַן פּערסקי — אויף אַ וואַריאַנט פֿון איר מאַמעס פֿאַמיליע־נאָמען. איר מאַמע, נאַטאַלי ווײַנשטיין־באַקאַל, איז געווען אַן אימיגראַנטקע פֿון רומעניע. אין איר בוך פֿון זכרונות, פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 2006, האָט די אַקטריסע זיך דערמאָנט, אַז ווען זי האָט אָנגעהויבן ווי אַ יונגע פֿאָטאָ־מאָדעלקע, האָט מען זי באַזײַטיקט צוליב דעם, וואָס זי האָט דערציילט אַ קאָלעגע, אַז זי איז אַ ייִדיש מיידל. נאָך דער דאָזיקער אומאָנגענעמער מעשׂה, האָט זי געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז ס׳איז בעסער אָנצונעמען אַן אַנדער פֿאַמיליע־נאָמען, וואָס קלינגט נישט בפֿירוש ייִדישלעך.
ווען בעקאָל האָט געשלאָסן אַ קאָנטראַקט מיטן רעזשיסאָר האָוואַרד האָקס און אָנגעהויבן אַרבעטן אין „האָליוווּד‟, האָט זי, צוערשט, נישט אויסגעזאָגט איר פֿאַרוואַלטער, אַז זי איז אַ ייִדישער פֿרוי, ווײַל ער איז געווען אַ שרעקלעכער אַנטיסעמיט. זי האָט דערציילט אין אַ שמועס מיט דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַז אין יענער תּקופֿה האָט זי זיך געשעמט און מורא געהאַט פֿאַר איר אָפּשטאַם.
ווען זי האָט זיך פֿאַרליבט אין האַמפֿרי באָגאַרט, מיט וועלכן זי האָט געשפּילט אין איר ערשטן פֿילם „צו האָבן אָדער נישט צו האָבן‟, געשאַפֿן דורכן דערמאָנטן אַנטיסעמיטישן רעזשיסאָר, האָט זי אַנטדעקט זײַן געליבן דעם סוד. זי האָט מורא געהאַט, אַז באָגאַרט וועט מיט איר מער נישט רעדן; למעשׂה, האָט זיך אַרויסעוויזן, אַז ער האָט אַבסאָלוט גאָרנישט קעגן ייִדן. ווען דער פֿילם איז אַרויס אינעם יאָר 1944, האָבן די שאַפֿער פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז בעקאָל איז, כּלומרשט, אַן עכטע אײַנגעוואָרצלטע אַמעריקאַנערין.
בעקאָלס פּערזענלעכע באַקאַנטשאַפֿט מיט אַנטיסעמיטיזם האָט שפּעטער משפּיע געווען אויף אירע ליבעראַלע איבערצײַגונגען און אומאָפּהענגיקן כאַראַקטער. זי האָט פּראָטעסטירט קעגן די אַנטי־קאָמוניסטישע רדיפֿות, בכּיוון אויסגעקליבן אינעם יאָר 1950 די ראָלע פֿון אַ לעסביאַנקע, וואָס אַנטלויפֿט פֿון איר מאַן מיט אַן אַנדער פֿרוי, ליב געהאַט צו שפּילן אומגעוויינטלעכע אינטעלעקטועלע פּערסאָנאַזש, אַנשטאָט סטערעאָטיפּישע מאַסן־געשטאַלטן.
אינעם יאָר 1984, האָט זיך בעקאָל ענטוזיאַסטיש באַצויגן צו דעם, וואָס איר שוועסטערקינד, שמעון פּערעס, איז געוואָרן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער. פּערעס האָט רעפּרעזענטירט דעם טאַטנס צד פֿון איר משפּחה, פֿון וועלכן זי איז במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געבליבן אָפּגעפֿרעמד. אַגבֿ, דער פּרעמיער האָט אויך זײַן פֿאַמיליע־נאָמען — פּערסקי — געביטן אויף אַ מער פּאָפּולערן אין ישׂראל. שפּעטער, האָט די באַרימטע אַקטריסע באַזוכט איר באַרימט־געוואָרענעם שוועסטערקינד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.