ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אַ מײַסטער־קלאַס פֿון פֿאָלקס־געזאַנג בעת דעם „זמיר‟־פֿעסטיוואַל
Facebook
אַ מײַסטער־קלאַס פֿון פֿאָלקס־געזאַנג בעת דעם „זמיר‟־פֿעסטיוואַל

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published August 14, 2014, issue of September 12, 2014.

דער ערשטער לאַטײַן־אַמעריקאַנער „זמיר‟־פֿעסטיוואַל

זונטיק, דעם 10טן אויגוסט איז דערעפֿנט געװאָרן דער ערשטער לאַטײַן־אַמעריקאַנער צוזאַמענקום „זמיר‟, אַ מוזיק־פֿעסטיװאַל, װוּ כאָרן, קלעזמאָרים, זינגערס, טאַנץ־אַנסאַמבלען, מוזיק־לערערס און ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער מוזיק פֿרייען זיך מיטן ייִדישן ליד. מיט דער שטיצע פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס און אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען פֿון די 120 יאָר פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָבן צװיי יונגע מוזיק־לערערס צונויפֿגערופֿן דעם פֿעסטיװאַל, װאָס איז דערעפֿנט געװאָרן אין איינעם פֿון די גרעסטע פּאַרקן פֿון שטאָט, דער „פּאַרק פֿון יאָרהונדערט‟, װוּ 11 אַנסאַמבלען האָבן דערקװיקט דעם עולם מיט אַשכּנזישע און ספֿרדישע לידער. דער קאָנצערט האָט זיך אָנגעהויבן מיטאָגצײַט און ביז פֿאַרנאַכט האָט מען געטאַנצט און געזונגען. די דערעפֿענונג פֿאַר די אָנטיילנעמער און געסט איז פֿאָרגעקומען אין זאַל פֿון דער קהילה מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע טאַנגאָס, העברעיִשע און ייִדישע לידער, און מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ קינדער־כאָר פֿון דער אָרעמסטער געגנט אין דער שטאָט װאָס װערט, מיט דער שטיצע פֿון דערציִונג־מיניסטעריום, סטימולירט און דערצויגן דורך מוזיק.

מאָנטיק האָבן זיך אָנגעהויבן די װאַרשטאַטן, װאָס די פֿאַרשריבענע האָבן געקענט אויסקלײַבן צװישן „װאָס איז ייִדיש אין דער ייִדישער מוזיק‟, „מאָדערנע ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַטור‟, „ייִדישע ניגונים פֿאַר פֿידל און פּיאַנע‟, װאָס איז אַ ייִדישער כאָר‟. נאָך מיטאָג און דורך אַ דירעקטער װידעאָ־קאָנפֿערענץ מיט ישׂראַל האָט מען זיך באַטייליקט אויף אַ לעקציע װעגן „פּיוט און ליטורגישע מוזיק‟. די באַרימטע מוזיקער לערנער־מאָגילעװסקי האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ װאַרשטאַט פֿון קלעזמער־מוזיק, און אין אָװנט איז פֿאָרגעקומען אַ רונדערטיש מיט פֿאָרשטייער פֿון אוקראַיִנע, אַרמעניע, קאָלאָמביע, גריכנלאַנד און יאַפּאַן װעגן עטנישער מוזיק.

דינסטיק איז דער אינדערפֿרי אָפּגעגעבן געװאָרן לטובֿת דער מוזיק אין דער ייִדישער דערציִונג, און דער נאָכמיטאָג — פֿאַר אינסטרומענטן, טענץ און געשיכטע פֿון ייִדישע פּלאַטן. די פּאַריזער ייִדישע זינגערין כאַסינטאַ האָט אָנגעפֿירט מיט אַ װאַרשטאַט פֿון ייִדישע לידער. מיטװאָך האָט מען פֿאָרגעזעצט מיט די װאַרשטאַטן און דער צוזאַמענקום איז געשלאָסן געװאָרן אין אָװנט אין דעם פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס.

דער דערפֿאָלג פֿון דער איניציאַטיװ װעט זיכער ברענגען דערצו מען זאָל װײַטער אָנגיין מיט אַזאַ װיכטיקער קולטור־מאַניפֿעסטאַציע.


אַ מאָרד פֿון אַ ייִדן אין מאַר דעל פּלאַטאַ

אַלבערטאָ שוכמאַן, דער ראש־הקהל פֿון דער שטאָט מאַר דעל פּלאַטאַ, 400 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס איז זונטיק דערמאָרדעט געװאָרן. דער מערדער האָט זיך נאָך דעם גענומען דאָס לעבן. די פּאָליציי האָט געמאָלדן, אַז מען פֿאָרשט אויס דעם ענין, אָבער זי האַלט, אַז דאָס איז געװען איבער קאָמערציעלע ענינים. דאָך האָט די „דאַיאַ‟ אָנגעהויבן איר אייגענער אויספֿאָרשונג.


ייִדישער פֿילאָזאָף איז נאָמינירט אויף רעגירונג־אַמט

ריקאַרדאָ פֿאָרסטער, אַ ייִדישער פֿילאָזאָף װאָס שטייט אידעאָלאָגיש נאָענט צו די לינקע קרײַזן פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג, איז נאָמינירט געװאָרן װי „סעקרעטאַר פֿאַר נאַציאָנאַלן געדאַנק‟ — אַן אַמט, װאָס די אָפּאָזיציע האָט שאַרף קריטיקירט, װײַל קיינער װייסט נאָך ניט, װעלכע זײַנען די אויפֿגאַבעס פֿון אַזאַ סעקרעטאַריאַט. זײַנע דערקלערונגען אין שײַכות מיטן קאָנפֿליקט אין מיטעלן מיזרח װײַזן, װאָס איז די שטעלונג פֿון דער רעגירונג. ער האָט געזאָגט, אַז דער קאָנפֿליקט װעט זיך לייזן, װען ישׂראַל װעט זיך צוריקציִען צו די גרענעצן פֿון פֿאַר דער זעקס־טאָגיקער מלחמה פֿון 1967, און װען עס װעט עקזיסטירן אַ זיכערער פּאַלעסטינער שטאַט.


אַ ייִדישע סענאַטאָרין קעגן דער רעגירונג־שטעלע וועגן ישׂראל

די סענאַטאָרין ראָכקעס־אַלפּעראָװיטש, װאָס איז ביז ניט לאַנג געװען די װיצע־פֿאָרזיצערין פֿון סענאַט; און װען זי האָט פֿאַרטראָטן די פּרעזידענטין און דעם װיצע־פּרעזיטענט איבער זייערע רײַזעס קיין אויסלאַנד, איז געװען די ערשטע פּרעזידענטין אין אַמט, װאָס האָט גערעדט ייִדיש, האָט דערקלערט, אַז זי איז קעגן דער אָפֿיציעלער שטעלונג פֿון דער אַרגענטינער רעגירונג, און אַז די ייִדן אין ישׂראל האָבן דאָס רעכט זיך צו פֿאַרטיידיקן.


פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ אין קאָרעע

כוליאָ שלאָסער, פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט זיך באַטייליקט אין סעול, קאָרעע, אויף אַ קאָנגרעס גערופֿן פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿעדעראַציע פֿאַר שלום. ער האָט אין זײַן רעדע פֿאַרדאַמט דעם טעראָריזם.


געשטאָרבן די ייִדישע אַקטריסע ראָזיטאַ לאָנדנער ע‟ה

די ייִדישע אַקטריסע ראָזיטאַ לאָנדנער, די אַלמנה פֿון דעם אַקטיאָר הענרי געראָ איז פֿרײַטיק, דעם 8טן געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.