פֿונעם יאָר 1992 ביז 1998 איז אויפֿן טעלעוויזיע־קאַנאַל HBO געגאַנגען „לאַרי סענדערס פּראָגראַם‟, געשאַפֿן דורכן קאָמיקער גאַרי שענדלינג. איך האַלט, אַז דאָס איז געווען איינע פֿון די סאַמע בעסטע סעריאַלן אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. מיט אַ נאַטירלעכן הומאָר און פֿינצטערע טענער האָט דער רעזשיסאָר געוויזן אַן אויסגעטראַכטע קינאָ־פּראָגראַם און דאָס לעבן פֿון אירע פּראָדוסערס, סצענאַריסטן, אַקטיאָרן און מיטאַרבעטער. די מעלה פֿונעם דאָזיקן סעריאַל איז באַשטאַנען אינעם ווײַזן דעם כאַאָס, וואָס הערשט הינטער די קוליסן פֿון דער קינאָ־אינדוסטריע, ווי אויך די חסרונות און שוואַכקייטן פֿון אירע שטערן. אינמיטן די אויסגעטראַכטע סצענעס, האָט שענדלינג אויך אינטערוויויִרט פֿאַרבעטענע עכטע קינאָ־שטערן.
כ׳האָט זיך דערמאָנט אין דער דאָזיקער פּראָגראַם, אַ דאַנק צו צוויי נײַע פֿילמען: ראָמאַן פּאָלאַנסקיס „ווערענע אין פּעלץ‟ און „אַ מײַסטער־בויער‟ פֿון דזשאָנאַטאַן דעמי. ביידע ווערק זענען באַגרינדעט אויף דער ליטעראַטור פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. פּאָלאַנסקיס פֿילם — אויף אַ פּיעסע פֿון דייוויד אײַווס, אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון לעאָפּאָלד פֿאָן זאַכער־מאַזאָכס ראָמאַן. דעמיס פֿילם איז באַגרינדעט אויף הענריק איבסענס פּיעסע „דער בויער סאָלנעס‟, איבערגעזעצט און אַדאַפּטירט פֿאַר דער ענגלישער אוידיטאָריע דורך וואָלאַס שאָן און רעזשיסירט אויף דער טעאַטער־סצענע דורך אַנדרע גרעגאָרי.
אינעם יסוד פֿון ביידע פֿילמען ליגן טעאַטראַלע אויפֿשטעלונגען פֿון באַקאַנטע ביכער. אין ביידע ווערט צעשווענקט די גרענעץ צווישן דער פֿאַנטאַזיע און דעם רעאַלן לעבן פֿון די אַקטיאָרן. אַן אַנדער ענלעכקייט באַשטייט אין דעם, וואָס די צוויי פֿילמען פֿאָקוסירן זיך אויף דער עצם־קונסט פֿון אַקטיאָרישער שפּיל. „ווענערע אין פּעלץ‟ שילדערט די דינאַמישע באַציִונג צווישן אַ רעזשיסאָר פֿון אַ פּיעסע און דער הויפּט־אַקטריסע; „אַ מײַסטער־בויער‟ שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קולמונאַציע פֿון אַ 14־יאָריקן שעפֿערישן פּראָצעס.
גרעגאָרי איז באַקאַנט ווי אַ שאַפֿער פֿון גאָר לאַנגע פּראָיעקטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרענדיקט מיט קליין־מאַסשטאַביקע אויפֿשטעלונגען, געשפּילט אין אומגעוויינטלעכע פּלעצער. במשך פֿון פֿיר יאָר האָט ער געאַרבעט איבער זײַן ווערסיע פֿון טשעכאָווס „פֿעטער וואַניאַ‟ אין אַ פֿאַרלאָזטן מאַנהעטענעם טעאַטער; צום סוף, האָט מען קיינמאָל נישט געוויזן דעם רעזולטאַט דעם ברייטן עולם.
אין פֿאַרגלײַך מיטן „פֿעטער וואַניאַ‟, איז די עקראַניזאַציע פֿון איבסענס פּיעסע אינגאַנצן פֿאַרטאָן אין אַ פֿאַנטאַזיע. ס׳איז נישטאָ קיין צוקוקער — בלויז אַ פּשוטע סצענע מיט מינימאַלע דעקאָראַציעס און קאָסטיומען. דער פֿילם פֿאָקוסירט זיך אויף דעם, ווי אַזוי דער הויפּט־אַקטיאָר פֿירט אויס די ראָלע פֿונעם דיקטאַטאָרישן אַרכיטעקט האַלוואַלד סאָלנעס.
פּאָלאַנסקי איז באַקאַנט מיטן שאַרפֿן אינטערעס צו פּסיכאָלאָגישע דראַמעס און בפֿירושע משוגעתן. אין זײַן פֿינצטערסטער שאַפֿונג, „דער אײַנוווינער‟, פֿירט דער רעזשיסאָר אַליין אויס די ראָלע פֿון אַ פּוילישן אימיגראַנטן, וואָס דינגט אַ דירה אין פּאַריז און געפֿינט אויס, אַז די פֿאָריקע אײַנוווינערין האָט זיך גענומען דאָס לעבן. דער אימיגראַנט קומט צו ביסלעך צום אויסטערלישן אויספֿיר, אַז די שכנים ווילן אים צורעדן נאָכצומאַכן דעם זעלבסט־מאָרד גענוי אויף דעם זעלבן אופֿן.
זײַן עקראַניזאַציע פֿון זאַכער־מאַזאָכס קלאַסישער עראָטישער פּיעסע איז נישט אַ „טרילער‟, אָבער פֿאָרט אַ ווילדקייט — אַ פֿילם, וואָס שילדערט אַ שפּיל וועגן אַ שפּיל אַרום אַ קאָמפּליצירט בוך, וואָס אַנטהאַלט פֿאַרשיידענע שיכטן. בעצם, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער ראָמאַן אַן אויטאָביאָגראַפֿיע פֿונעם שרײַבער, וואָס זײַן נאָמען איז פֿאַראייביקט געוואָרן אינעם וואָרט „מאַזאָכיזם‟. אַ דאַנק פּאָלאַנסקיס טאַלאַנט, האָט זיך באַקומען אַ פֿילם מיט אַ בייז־משוגענעם טעם. נישט געקוקט אויף דעם, ווערט געשילדערט אַ גאַנץ רעאַליסטישע — מעגלעך, צו רעאַליסטישע — סיטואַציע, אין וועלכער אַן אַקטריסע נעמט איבער דעם קאָנטראָל איבערן רעזשיסאָר און הייבט אָן איבער אים קאָמאַנדעווען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.