סלאַווע פֿאַרבער — דער זינגער פֿון בעסאַראַביע

Slava Farber, the Singer From Bessarabia

סלאַווע פֿאַרבער (רעכטס) און באָריס דרוצע
סלאַווע פֿאַרבער (רעכטס) און באָריס דרוצע

פֿון באָריס דרוצע

Published August 17, 2014, issue of September 12, 2014.

אַ הויכער, געזונטער ייִד, וואָלט מער געפּאַסט ער זאָל זײַן אַ שמידער, אָדער אַ קצבֿ, וואָס האָבן אַמאָל באַלעבאַטעוועט אין די ייִדישע בעסאַראַבער שטעטלעך; סלאַווע פֿאַרבער איז אָבער אַן אינטעליגענטער ייִד, אַ זינגער, וואָס מע קאָן פֿון אים הערן די שענסטע ייִדישע לידער.

ווען כ‘האָב צום ערשטן מאָל געהערט דאָס ליד פֿון מיכאל פֿינקעל „אַ חלום אויף ייִדיש‟, בין איך פֿאַרכאַפּט געווען מיט דעם, ווי אויסדריקפֿול גיט סלאַווע איבער דורך דעם ליד דעם גײַסט פֿון זײַן פֿאָלק, ממש אַ הימען פֿון ווירדע, בענקשאַפֿט און אומעט. זינט דעמאָלט גייט מיר נאָך זײַן שטאַרקע שטימע, וואָס שפּרייט זיך איבער די פֿעלדער און טאָלן פֿון בעסאַראַביע, איבער די שטעט און שטעטלעך, וווּ עס האָבן נאָך נישט לאַנג צוריק געלעבט ייִדן. זײַן טאַלאַנט איז ענלעך צו אַ שנירל קאַרעלן, אויף וועלכע עס זײַנען אָנגעסיליעט גראָד די פּערל, וועלכע עס האָבן צונויפֿגענומען דורות ייִדן צווישן די טײַכן דנעסטער און פּרוט.

זײַן היימיש שטעטל ווערטוזשען, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן, געפֿינט זיך טאַקע דאָרט, וווּ דער דנעסטער הייבט אָן גיסן זײַנע וואַסערן; דאָרט האָבן געוווינט זײַנע עלטערן — די מאַמע עלקע און דער טאַטע שמואל. פֿון קליינערהייט אָן האָט דאָס ייִנגל אײַנגעזאַפּט אין זיך דעם כּוח און כּישוף פֿון אַ ייִדיש ליד, וואָס מע פֿלעגט זינגער, ווען אַ נײַ לעבן איז געבוירן געוואָרן, בײַ דער שווערער אַרבעט, בײַ יום־טובֿים און שׂימחות, און לסוף, בײַם פֿאַרלירן אַ נאָענטע נשמה. דווקא אין ווערטוזשען האָט זיך געוועבט די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה — אירע פֿרייד און לייד, אירע פֿאַרלוסטן בעת דער מלחמה און דאָס פֿאַרלאָזן די אייגענע מקומות, מיט אײַנגעפֿאַלענע מצבֿות — אויף שטענדיק…

סלאַווע פֿאַרבער איז בלי־ספֿק מײַן פֿרײַנד, און בײַ גוטע פֿרײַנד, ווי עס טרעפֿט, פֿלעכטן זיך אַ סך זאַכן איבער. מיר זײַנען ביידע געבוירן געוואָרן אין דער פּראָווינץ — ער רופֿט עס שטעטל, און איך רוף עס דאָרף; ביידע האָבן מיר ליב די מאָלדאַווישע נאַטור, פֿאָלקס־טראַדיציעס, בפֿרט געזאַנג, וואָס אָפֿט גיסן זיי זיך צונויף. זײַן טאַלאַנט דערמעגלעכט צו באַקענען די אָרטיקע באַפֿעלקערונג מיט די אַמאָליקע און הײַנטיקע ייִדישע לידער. ער פֿאָרט אַ סך איבער די דערפֿער און שטעט מיט זײַנע קאָנצערטן. קיין ייִדן זײַנען שוין דאָרט כּמעט נישטאָ, אָבער, אַ דאַנק זײַן מוזיק, לעבט אויף דער גײַסט, וואָס ווערט נישט אויסגעלאָשן ביז עס קלינגט דער ייִדישער ניגון און ס‘הערט זיך דאָס ייִדישע וואָרט.

בײַ זײַנע 60 יאָר בלײַבט מײַן פֿרײַנד אַ שטאַרקע שאַפֿערישע נאַטור; און איך בין זיכער, אַז סלאַווע האָט אויסגעלעבט בלויז אַ העלפֿט פֿון די 120 יאָר, וואָס די ייִדן ווינטשן איינער דעם אַנדערן. זײַן שטים טראָגט אין זיך אַ באַגײַסטערונג און אַ לעבעדיקע ענערגיע, וואָס ער שיקט אין זאַל אַרײַן פֿאַר זײַן פּובליקום, און דאָס פּובליקום קערט עס אים אום מיט אירע האַרציקע געפֿילן פֿון דאַנקבאַרקייט. אַוודאי, פֿאַרלענגערט עס די יאָרן!

סלאַווע פֿאַרבער טרעט אויף נישט נאָר אין מאָלדאָווע; ער פֿאָרט אַ סך אַרום איבער רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ישׂראל, אייראָפּע. די שיינקייט פֿון זײַנע לידער איז ענלעך צו אַ בושל אין הימל, וואָס זײַן פֿרידלעכע פֿליִען באַרויִקט און רופֿט צום לעבן; דאָס איז גאָר נישט ווייניק אין אונדזער אומרויִקער צײַט. סלאַווע דערמאָנט מיר אַ גרינעם בוים, וואָס וואַקסט אין מיטן אַ לאָנקע, פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשיידנקאָליריקע בלומען; מיט זײַנע שטאַרקע אַקסלען, ווי צווײַגן פֿון אָט דעם בוים, האַלט ער אונטער אַלץ, וואָס איז אַזוי וויכטיק פֿאַר אונדזער נשמה — פֿרייד, בענקשאַפֿט, געשיכטע, אמת..


באָריס דרוצע אַליין איז אַ פֿאַרשיידנאַרטיקער טאַלאַנט: שרײַבער, מוזיקער, זינגער, אַדוואָקאַט. ער געהערט צו די זעלטענע נאַציאָנאַלע אינטעליגענטן, וואָס קאָן אָפּשאַצן אויך די ווערטן פֿון אַנדערע פֿעלקער, בפֿרט פֿון ייִדן, וועגן וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אַ באַזונדער בוך.