(די 2 טע זײַט פֿון 2)
װי עס באַװײַזט יהושוע שײנעס אין זײַן שטודיע פֿון דער ייִדישער פּאָליטיק אין גאַליציע, האָט ייִדיש געדינט װי די הױפּט־שפּראַך פֿון דער ייִדישער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק נאָך פֿאַר בירנבױמס תּשובֿה. שײנעס איז דער ערשטער היסטאָריקער, װאָס האָט איבערגעאַקערט פֿאַרשידענע ייִדישע צײַטונגען פֿון גאַליציע, אַזעלכע װי „דאָס פֿאָלק‟, „דער פֿאָלקספֿרײַנד‟, „ייִדישע פֿאָלקסצײַטונג‟, „ייִדישעס פֿאָלקסבלאַט‟. ער האָט אַנטדעקט גאַנצע קאָמפּלעקטן פֿון דער דאָזיקער פּרעסע אין דער עסטרײַכישער מלוכישער ביבליאָטעק, װוּ זײ זײַנען פֿאַרבליבן זינט דער צײַט פֿון זײער פּובליקאַציע. דװקא די דאָזיקע פּאָפּולערע פּרעסע האָט אײַנגעפֿלאַנצט אין די מוחות פֿון זײער מאַסן־לײענער די קערנדלעך פֿון מאָדערנער נאַציאָנאַלער אידעאָלאָגיע.
כּמעט צוואַנציק יאָר פֿאַר דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ האָבן די פֿרומע רעדאַקטאָרן פֿון ייִדישע צײַטונגען שױן גערופֿן ייִדיש —„נאַציאָנאַלע שפּראַך‟ פֿון ייִדן. זײ האָבן אױך אַגיטירט פֿאַר נאַציאָנאַלער ייִדישער פּאָליטיק, בלײַבנדיק דערבײַ גאַנץ פֿרום און קאָנסערװאַטיװ אין זײער װעלטבאַנעם. און אַװדאי זײַנען זײ ניט געװען קעגן לשון־קודש. שײנעס שרײַבט: „ייִדיש, װי אַ סימבאָל פֿון ייִדנטום, איז ניט געװען קײן במקום פֿאַר העברעיִש, אָבער האָט אים דערגאַנצט.‟ פּונקט אַזױ האָבן די דאָזיקע ייִדישע צײַטונגען געשטיצט אי די ייִדישע קאָלאָניזאַציע פֿון ארץ־ישׂראל, אי אײנצײַטיק געקעמפֿט פֿאַר ייִדישע נאַציאָנאַלע רעכט אין גאַליציע.
לױט שײנעסעס אָפּשאַצונג איז דער סך־הכּלדיקער טיראַזש פֿון די ייִדישע צײַטונגען געװען צװישן צען און פֿערצן טױזנט, און דערשינען האָבן זײ אײן מאָל אין צװײ װאָכן. קײן רװח האָבן זײ ניט געבראַכט, און דערפֿאַר פֿלעגן זיי זיך גיך שליסן; אָבער זײ זײַנען געװען אַ „רעװאָלוציאָנערער גאַנג פֿאָרױס פֿאַר דער ייִדישער נאַציאָנאַלער באַװעגונג‟, האַלט שײנעס, װײַל זײ האָבן דערצױגן ייִדישע מאַסן צו באַטראַכטן זיך װי אַ מאָדערנע נאַציע און צו אָרגאַניזירן זיך אַרום דעם פּאָליטישן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלע רעכט װי אַ ייִדיש־רעדנדיקע מינאָריטעט. אין זײַן אױספֿיר זאָגט ער: „די דאָזיקע פּרעסע האָט באַטאָנט די צענטראַלע ראָלע פֿונעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם, קודם־כּל, װי אַן אידענטיטעט, װי אַ װעלט־אַנשױונג, װאָס שטײט מחוץ װאָסער ניט איז קאָנקרעטער פּאָליטישער פּאַרטײ־פּראָגראַם.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.