ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 18, 2014, issue of September 12, 2014.

72 יאָר נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער מעדעם־סאַנאַטאָריע

די מעדעם־סאַנאַטאָריע, וואָס די ייִדישע אַרבעטער-באַוועגונג האָט געשאַפֿן אין מיעזשעשין, פּוילן, אין 1926, איז געווען באַרימט איבער גאָר דער וועלט נישט נאָר ווי אַ מעדיצינישע אינסטיטוציע פֿאַר קינדער מיט שוואַכע לונגען אין צווישן־מלחמהדיקן פּוילן, נאָר אויך ווי אַ דערציִערישע אינסטיטוציע, וואָס איז געווען אַ מיטגליד פֿון דער צענטראַלער שול-אָרגאָניזאַציע. אין איר אַרכיוו האָבן זיך געפֿונען אַרטיקלען וועגן איר אַרבעט און אויפֿטוען אין זעכצן אייראָפּעיִשע שפּראַכן.

דער אויסטראַלישער צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע און די קראָנהיל-פּלעטקאַ פּראָגראַם פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט האָבן אָפּגעמערקט 72 יאָר נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער מעדעם סאַנאַטאָריע אין אויגוסט, 1942, אין מיטן פֿונעם נאַצישן „גרויסן אַקציאָן‟. די אָנגעשטעלטע פֿון דער סאַנאַטאָריע האָבן פֿאַר דער ליקווידאַציע דערמוטיקט די געזינטערע קינדער צו אַנטלויפֿן אין די דערבײַיִקע וועלדער. אַ טייל פֿון די עלטערע קינדער און אָנגעשטעלטע האָבן זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס און שפּעטער אָנטיילגענומען אינעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. אַנדערע לערער און אַדמיניסטראַטאָרן האָבן באַגלייט די קינדער פֿון דער סאַנאַטאָריע אויפֿן לעצטן וועג קיין טרעבלינקע.

דער אָוונט האָט זיך אויסגעצייכנט מיט בליצבילדער, וועלכע האָבן געוויזן דאָס לעבן אין דער סאַנאַטאָריע פֿאַרן חורבן, אילוסטרירט דורך אַ רעפֿעראַט פֿון שׂרה זילבערמאַן. עס איז אויך געוויזן געוואָרן דער דאָקומענטאַר פֿילם „מיר קומען אָן‟ (1938), וואָס איז פֿילמירט געוואָרן אין דער סאַנאַטאָריע.

לאָדזשער לאַנדסלײַט מערקן אָפּ 70 יאָר נאָך דער ליקווידאַציע פֿון געטאָ

די לאָדזער געטאָ איז געווען צווישן די ערשטע געטאָס, וועלכע די נאַציס האָבן געשאַפֿן נאָך דעם ווי זיי האָבן פֿאַרנומען פּוילן אין סעפּטעמבער, 1939, און איז געווען צווישן די לעצטע געטאָס, וועלכע זיי האָבן ליקווידירט אין אויגוסט, 1944. די לאָדזער לאַנדסמאַנשאַפֿט אין מעלבורן האָט אָפּגעמערקט זיבעציק יאָר נאָך דער ליקווידאַציע מיט אַן אַזכּרה בײַם מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום. עס האָבן גערעדט מיטגלידער פֿון די שארית־הפּליטה, פֿונעם צווייטן און דריטן דור.

מלוכה־לײַט שרײַבן אונטער די לאָנדאָנער דעקלאַראַציע אין אַדעלייד

מיטגלידער פֿונעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט פֿון דרום-אויסטראַליע אין דער שטאָט אַדעלייד זײַנען זיך צונויפֿגעקומען אונטערצושרײַבן די לאָנדאָנער דעקלאַראַציע וועגן באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם בײַ דער אָפֿיציעלער גרינדונג פֿון די דרום-אויסטראַלישע פּאַרלאַמענטאַרע פֿרײַנט פֿון ישׂראל. די פּאַרלאַמענטאַריער האָבן אײַנשטימיק גוטגעהייסן די רעזאָלוציע, וואָס האָט גערופֿן אַלע פּאַרלאַמענטאַריער אין דרום־אויסטראַליע אונטערצושרײַבן די רעזאָלוציע אין יולי הײַיאָר.

אַבֿיגדור ליבערמאַן אין אויסטראַליע

אַבֿיגדור ליבערמאַן, דער אויסערן-מיניסטער פֿון מדינת־ישׂראל, באַזוכט אויסטראַליע במשך פֿונעם חודש אויגוסט. ער באַזוכט מעלבורן און סידנעי, וווּ ער וועט זיך טרעפֿן מיט פֿאָרשטייער פֿון די לאָקאַלע קהילות און ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. בנימין נתניהו האָט פּלאַנירט צו באַזוכן אויסטראַליע אין יולי, נאָר דער וויזיט האָט געמוזט אָפּגעלייגט ווערן אין ליכט פֿונעם מאָרד פֿון דרײַ ישׂראלדיקע יוגנטלעכע אויפֿן מערבֿ־ברעג, וואָס האָט דערפֿירט צו דער איצטיקער לאַגע אין עזה. דער ישׂראלדיקער מיניסטער פֿאַר דערציִונג, שי פּירון, האָט אויך אָפּגעלייגט זײַן פּלאַנירטן וויזיט קיין אויסטראַליע.

אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, פֿאַרבונדן מיט דער לאַגע אין מיטעלן מיזרח

דער עקזעקוטיוו־ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די מיינונג, אַז די פֿאַרבינדונג צווישן קאָנפֿליקטן אין מיטעלן מיזרח און דעם שטײַג פֿון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן איז אַ קלאָרע. דער ראַט האָט אויך אויסגעדרוקט זײַן זאָרג וועגן דער פֿאַרגרעסערטער צאָל אַנטיסעמיטישע אויסדרוקן, וועלכע געפֿינען זיך לעצטנס אויף „פֿייסבוק‟ און אַנדערע באַשטאַנדטיילן פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער מעדיאַ.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.