דער שרײַבער דוד גראָסמאַן איז אויפֿגעטראָטן נאָך שבת, דעם 16טן אויגוסט אין אָוונט, אויפֿן „ראַבין־פּלאַץ‟ אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ בערך 7,000—10,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ שלום־דעמאָנסטראַציע, אָרגאַניזירט דורך אַ ריי פֿאַרשיידענע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די באַוועגונג „שלום עכשיוו‟, און די פּאַרטייען „מרצ‟ און „חד״ש‟. גראָסמאַנס אויפֿטריט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף דער העברעיִשער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟.
אויף דער זעלבער וועבזײַט האָט זיך זונטיק, דעם 17טן אויגוסט, באַוויזן אַן ענטפֿערן אויף גראָסמאַנס רעדע פֿון הרבֿ יובֿל שרלו, וועלכער פֿירט אָן מיט דער מיליטערישער „הסדר־ישׂיבֿה‟ אין פּתח־תּיקווה. שרלו איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די סאַמע ליבעראַלע אָרטאָדאָקסישע מנהיגים אין ישׂראל, באַקאַנט מיט זײַן טאָלעראַנטער באַציִונג צו די האָמאָסעקסואַלן, נישט־אָרטאָדאָקסישע שטראָמען אין ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט די רעפֿאָרמער גרים, און אָפֿענע, סימפּאַטישע דיאַלאָגן צווישן די רעכטע און לינקע.
אין זײַן בריוו, האָט שרלו קריטיקירט גראָסמאַנען פֿאַר דעם, וואָס ער האָט זיך געווענדט מיט זײַן דרשה צו דעם לינקן ציבור, וועלכער איז שוין געשטימט קעגן דער מלחמה, אָבער נישט געקאָנט פֿאָרמולירן זײַנע ווערטער אויף אַזאַ אופֿן, וואָס וואָלט געקלונגען פֿאַרשטענדלעך פֿאַרן ברייטערן ישׂראלדיקן עולם.
דוד גראָסמאַן האָט געטענהט, אַז אין דער הײַנטיקער מלחמה זענען נישטאָ קיין געווינער, בלויז קרבנות און צעשטערונג. לויט זײַן דעה, קאָן מען נישט לייזן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ דורך מיליטערישע מיטלען. דערפֿאַר, האָט ער באַטאָנט, מוז די ישׂראלדיקע דעלעגאַציע זיך פֿאָקוסירן בעת די פֿאַרהאַנדלונגען אין קאַיִר אויפֿן דערגרייכן אַ ברייטן, גוט באַטראַכטן אָפּמאַך, וועלכער וועט דערמעגלעכן נישט בלויז אָפּצושטעלן די מלחמה אויף אַ קורצער ווײַל, נאָר שאַפֿן אַ געלעגנהייט סײַ פֿאַר די תּושבֿים פֿונעם עזה־פּאַס, סײַ פֿאַר די ישׂראלים אין שׂדרות און אַנדערע שטעט, וואָס לײַדן פֿון די ראַקעט־אַטאַקן, צו לעבן פֿרידלעך און פֿאַרזיכערט.
גראָסמאַן האָט באַמערקט, אַז בעת דער מלחמה איז אין ישׂראל אויסגעבראָכן אַ גאַנצער אויפֿרײַס פֿון שאָוויניזם און ראַסיזם. קיין הויך־ראַנגיקער פּאָליטיקער איז אָבער נישט אויפֿגעטראָטן, ווי געהעריק, קעגן די „פֿאַשיסטישע שטימונגען‟. דער שרײַבער האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז אַזאַ אונטערנעמונג, ווי די אַנומלטיקע מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ וועט העלפֿן צו שאַפֿן אַ „קריטישע מאַסע‟ פֿון רעכטע און לינקע, פֿרומע און וועלטלעכע, ייִדן און אַראַבער, וואָס וועלן אויפֿטרעטן צוזאַמען קעגן דעם גוואַלד און עקסטרעמיזם.
שרלו האָט אין זײַן ענטפֿער באַמערקט, אַז פֿאַרן פֿאַרזאַמלטן עולם זענען אין גראָסמאַנס רייד נישט געווען קיין חידושים. די אַקטיווע קעגנער פֿון דער מלחמה זענען, אַוודאי, מסכּים מיט זײַנע פּאָזיציעס. אַנשטאָט פֿאָרצולייגן קאָנקרעטע געדאַנקען, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט לייזן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ מיט פֿרידלעכע מעשׂיות, האָט ער איבערגעחזרט אַן אַבסטראַקטע „מאַנטרע‟ קעגן דער מלחמה. דערצו, אַנטשטאָט צו ווענדן זיך צום ברייטן ישׂראלדיקן עולם, האָט גראָסמאַן זיך פֿאָקוסירט אויף די עקסטרעמסטע רעכטע עלעמענטן און האָט נישט דערמאָנט, אַז „כאַמאַס‟ שטעלט דעם ציל צו פֿאַרניכטן ישׂראל.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג, בײַם אָנהייבן, נישט געוואָלט דערלויבן די דעמאָנסטראַציע, צוליב זיכערהייט־זאָרגן. די פֿאַרזאַמלטע האָבן געטראָגן פּלאַקאַטן מיט אַזעלכע לאָזונגען, ווי „ייִדן און אַראַבער ווילן נישט זײַן שׂונאים‟ און „די מלחמה ברעכט אויס, ווען קיין שלום איז נישטאָ‟. זהבֿה גלאון, די פֿירערין פֿון „מרצ‟, האָט גערופֿן צו באַזײַטיקן נתניהו, אויב ער וועט נישט קאָנען דערגרייכן אַ שלום־אָפּמאַך מיט די פּאַלעסטינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.