דאָס העכסטע עקאָנאָמישע געריכט פֿון אוקראַיִנע האָט פֿאַרווערט דער לעמבערגער מוניציפּאַליטעט צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן פֿונעם מעמאָריאַלן קאָמפּלעקס אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ייִדישן קוואַרטאַל און בית־עולם פֿונעם 14טן יאָרהונדערט. לויט פּלאַן, האָט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע געוואָלט אויפֿשטעלן אַ נײַעם מאָנומענט, אַנשטאָט צו רעסטאַוורירן די היסטאָרישע ייִדישע בנינים.
אינעם יאָר 2010, האָט די לעמבערגער שטאָטישע אַדמיניסטראַציע זיך געוואָנדן צו די אַרכעטעקטן פֿון אַרום דער וועלט צו פֿאַרמעסן זיך אויף אַ בעסטן פּראָיעקט, כּדי אויפֿצושטעלן אַ חורבן־אָנדענק אויף דעם אָרט, וואָס די נאַציס האָבן בעת דעם חורבן פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. אויפֿן שטח פֿונעם אוראַלטן ייִדישן בית־עולם געפֿינט זיך איצט אַ מאַרק.
דער „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קהילות אינעם געוועזענען ראַטן־פֿאַרבאַנד‟ און די שטיצער פֿון דער היסטאָרישער לעמבערגער שיל „גאָלדענע רויז‟ האָט אָבער געטענהט, אַז אַנשטאָט צו רעמאָנטירן די אַלטע ייִדישע בנינים און צו ווײַזן, אַז ייִדן וווינען נאָך אַלץ אין דער שטאָט, וואָלט אַזאַ פּראָיעקט אויסבאַהאַלטן די סימנים פֿון דער היסטאָרישער ייִדישער ירושה. מלך שוחט, דער דירעקטאָר פֿונעם אוקראַיִנישן אָפּטייל בײַ דעם „פֿאַרבאַנד‟, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז די פּלאַנירטע בויערײַ וואָלט אויסגעמעקט די ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט אינעם קוואַרטאַל.
דאָס געריכט האָט באַשלאָסן, אַז דער פּלאַן קומט אין סתּירה מיט די אינטערנאַציאָנאַלע סטאַנדאַרטן פֿונעם אָפּהיטן די היסטאָרישע דענקמעלער, ווי אויך מיט די אוקראַיִנישע געזעצן און רעגירונג־רעזאָלוציעס. נאָך די דורכגעפֿאַלענע פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע, האָבן די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך געווענדט צו העכערע געריכט־אינסטאַנצן. דאָס העכסטע עקאָנאָמישע געריכט האָט אָפּגעוואָרפֿן די אַפּעלאַציע פֿון דער מוניציפּאַליטעט און באַשלאָסן, אַז מע טאָר נישט צעשטערן די אַלטע בנינים.
שוחט האָט געזאָגט, אַז די לעמבערגער מוניציפּאַלע אינסטאַנצן זענען פֿריִער נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אינעם רעסטאַוורירן די היסטאָרישע שיל־בנינים, וועלכע ווערן איצט אויסגענוצט ווי רעסטאָראַנען און געשעפֿטן. דער דירעקטאָר פֿונעם קהילה־פֿאַרבאַנד האָט צוגעגעבן, אַז פֿאַר דער אַנומלטיקער רעוואָלוציע, בעת וועלכע די אויפֿשטענדלער האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן דעם קאָרומפּירטן פּראָ־רוסלענדישן רעזשים פֿונעם פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, וואָלט מע נישט געקאָנט געווינען אַזאַ פּראָצעס. דער נײַער געריכט־באַשלוס, ווי עס האָט באַטאָנט שוחט, איז אַ סימן פֿון אַ נײַער תּקופֿה אינעם לאַנד.
(שײַכותדיקע אַרטיקלען: https://yiddish2.forward.com/node/1405)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.