ראַבין וויליאַמס, דער קאָמעדיאַנט פּאַר־עקסעלאַנץ, האָט בשום אופֿן נישט געקענט גובר זײַן זײַנע קאָשמאַרן, זײַנע אינערלעכע שדים און זײַן אייגענעם דראַנג צו ענדיקן זײַן לעבן.
ראַבין וויליאַמס, דער באַרימטער קאָמיקער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט די וועלט מיט זײַנע פֿילמען און קאָנוווּלסיווע אויפֿטריטן, איז בעצמו ובכבודו נעבעך געווען אַ דערשלאָגענער מרה־שחורהניק, וואָס די אַפּלאָדיסמענטן און לויב־געזאַנגען האָבן אים נישט געהאָלפֿן צו שטילן זײַן ברויזנדיקן אומרו, זײַן אינערלעכע בהלה ביז ער האָט זיך אונטערגעגעבן און געענדיקט זײַן לעבן אויף אַ ביטערן אופֿן.
די וועלט טרויערט צוליב זײַן טויט. די טעלעוויזיע, די ראַדיאָ, די פּרעסע הערט נישט אויף צו באַוויינען דעם קאָמיקער, אַ שטילשטאַנט פֿון אַלע וועלט־פּראָבלעמען.
ס’איז נאָך קיין מאָל נישט געווען אַזאַ ויצעקו נאָכן טויט פֿון אַנדערע וועלט באַרימטע אַקטיאָרן. נעמט למשל טשאַרלי טשאַפּלין, וועלכער איז, אגבֿ, געשטאָרבן אַ נאַטירלעכן טויט און דווקא אין מײַן צײַט, אסור צי איך געדענק מען זאָל אָפּשטעלן אַלע וועלט־געשעענישן וואָכן לאַנג. אָבער ווען עס איז געקומען צו מערילין מאַנראָו און איר זעלבסטמאָרד, האָט אַמעריקע אָנגעוווירן איר גלײַכגעוויכט, ווידעראַמאָל דער טויט פֿון אַ פֿאַרגעטערט וועזן, נאָך דערצו אַזאַ פֿרויענצימער, שוין אָפּגערעדט פֿונעם פּרעזידענט דזשאָן קענעדי, וועלכער האָט געלייקנט שטיין און ביין וועגן זייער אַפֿערע. צווישן די אָנגעזעענע פֿאַרווײַלער האָט אַמעריקע פֿאַרגעטערט אַזעלכע קדחת אין קאָנווולסיע שטערן ווי עלוויס פּרעזלי; די טאַבלעטן־שלינגענדיקע דזשודי גאַרלאַנד, אַזוי אַז אַמעריקע האָט אויסגעביטן דעם שׂכל־הישר און גענומען אונטערטראָגן די פֿילם־שטערנס ווי זיי וואָלטן געווען הייליקע וועזנס.
מיר ייִדן האָבן געהאַט אונדזערע אייגענע קאָמיקער און פֿאַרווײַלער, צווישן זיי — מנשה סקולניק, אהרן לעבעדעוו, דזשיגאַן און שומאַכער. ווען שמעון דזשיגאַן איז געשטאָרבן אין ישראל, איז עס אַדורך בשתּיקה, שאַ-שטיל, קיינער האָט נישט געלאָזט קיין טרער, און דער אמת איז, אַז ער איז געשטאָרבן אַ האָנאָראָוון טויט ־ אויף דער בינע.
דזשיגאַן און שומאַכער האָבן פֿאַרווײַלט ייִדן אין פּוילן נאָך פֿאַר דער מלחמה. מײַן טאַטע פֿלעגט מיר דערציילן ווען זיי האָבן געשטעלט משה נאַדירס „מאַריאָנעטן שפּיל‟, איז דער עולם ממש אַרויס פֿון די כּלים לאַכנדיק. דאָרט שפּילט זיך אָפּ אַ קאָמעדיע, וווּ עס האָבן אָנטייל גענומען דרײַ: שומאַכער איז געווען דער רשע, דזשיגאַן — דער צדיק, און דאָס קליינע גאָלדשטיינדל איז געזעסן אויף אַ וואָלקן און געהאַלטן אין איין אַראָפּשיקן אויף דער ערד דונערן און בליצן. ער, מיט די קורצע פֿיסעלעך האָט געשפּילט גאָט.
זעט אויס, אַז אין יענער צײַט, אין אַ לאָדזשער טעאַטער, האָט מען נישט מורא געהאַט אָנצורירן אַזעלכע טעמעס. דאָס פּובליקום איז געווען אַ געמיש, פֿרײַע און פֿרומע.
אין ישׂראל האָט דזשיגאַן גאָר שטאַרק אויסגענומען בײַם ייִדיש־רעדנדיקן עולם. ווי נאָר ער האָט זיך באַוויזן אויף דער בינע און געמאַכט אַ מינע, אַ דריי מיטן קאָפּ, אַ פֿאַרלייג מיט די הענט, איז שוין דער עולם געלעגן אין קראַמפֿן און געקײַכט.
אַזוי ווי איך האָב מיטגעאַרבעט מיטן קאָמיקער בעת מיר האָבן געוווינט אין ישׂראל, האָב איך נישט געוווּסט אויף וואָס זיך צו ריכטן. מײַן אויפֿגאַבע איז געווען צוצוגרייטן דעם מאַטעריאַל פֿאַרן ערשטן ייִדישן אויפֿטריט פֿון אַ ייִדישן קאָמיקער אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע אויף ייִדיש.
בײַם פֿילמירן בין איך שטאַרק צו נוץ געקומען ווײַל דזשיגאַן האָט בלויז גערעדט ייִדיש, דער קאַנאַדער רעזשיסאָר ־ בלויז ענגליש, און די קאַמערע־לײַט בלויז העברעיִש.
מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט דזשיגאַנען איז צוגעגאַנגען אויסטערליש. איך קלאַפּ אָן אין טיר פֿון זײַן דירה אין תּל־אַבֿיבֿ. דזשיגאַן עפֿנט. איך גיב אַ קוק, ער איז אײַנגעבויגן אין דרײַען. וואָס איז, האָב איך זיך דערשראָקן? ער האַלט זיך אָן אין זײַן פּלייצע פֿון גרויסע ווייטיקן און פֿאַרבעט מיך אַרײַן אין סאַלאָן. מאַכט ער אויף זײַן לאָדזשער ייִדיש:
„ווי עץ זעט, לאַאַד איך פֿון אַ העקסנשלוס.‟
צום ערשטן מאָל האָב איך געהערט פֿון אַזאַ קרענק. איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז ער לײַדט אויף דער פּלייצע צוליב אַ „דיסק‟, וואָס איז אַרויס פֿון רוקן־ביין.
ווי נאָר איך בין אַרײַן אין זײַן דירה, האָב איך דערזען אַ ריזיקע מאָלערײַ פֿון אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן, גאַנץ זאַפֿטיק, מיט אַ בלאָנדן קאָפּ געקרויזלטע האָר, געשמינקט און געפּודערט, אין אַ דעקאָלטירט קלייד ביז די געלענקן, און דזשיגאַן שטייט דערנעבן מיט דער אײַנגעהויקערט און באַוווּנדערט זײַן פֿרוי:
“ני, זוגט אַלײַן, איז זי ניש אַ שאָונהייט? ממש אַ שאָונהייט!”
ס’האָט זיך מיר מיטאַמאָל פֿאַרוואָלט לאַכן אָבער זײַן העקסנשלוס האָט מיר געשטערט.
דזשיגאַן האָט מיך געהייסן זיצן און אַזוי אײַנגעבויגענערהייט, ממש אין דרײַען פֿרעגט ער מיך:
“איִע ווילט אַ טעפּעלע טיי מיט אַ קיכעלע? איע זעיט, מאַן פֿראָו איז יעצט פֿאַנימען, זי קלײַדט זיך, מײַן ברידער העלפֿט איע אײַנציִען דעם גאָרסעט.”
איך קוק אַרײַן אין דער אָפֿענער טיר און זע אַ מאַן וואָס שנורעוועט דעם גאָרסעט אויף אַ באַלײַבטער פֿרוי. ער ציט זי אײַן, האַלטנדיק איין פֿוס אויף די רעלסן פֿון בעט. דזשיגאַן שטייט און וואַרט אויף מײַן ענטפֿער. איך וועק זיך איבער פֿון דער סצענע און מאַך:
“נײַן! נײַן! איך וויל נישט קיין טיי מיט קיכעלעך, איך וויל אײַך נישט באַאומרויִקן.”
ער האַלט זיך אָן אין זײַן העקסנשלוס און ענטפֿערט:
„באַ מיע עט איע שוין יאָ טרינקען אין פֿאַבאַסן מיט אַ קיכעלע.‟
איך טראַכט, סאַראַ קאָמישע סצענע, אַ שאָד ס’איז אין הויז און נישט אויף דער בינע. ס’נעמט אַ פּאָר מינוט, זײַן פֿרוי קומט אַרויס פֿון שלאָף־צימער, אויסגעפּוצט, אָנגעפּודערט און אָנגעשמינקעט, זײַן ברודער זאָגט אַז ער גייט אַהיים און איידער זי פֿאַרלאָזט דאָס הויז שרײַט זי אַרײַן אין קיך:
“שימעון! איך גיי אין רעסטאָראַן אויף פֿרישטיק!”
ער מאַכט „געזינטעהײַט!‟ און ברענגט מיר אַרויס מיט ציטערדיקע הענט דאָס טעפּעלע טיי מיט די קיכעלעך. אָבער דער זעלבער דזשיגאַן, וויסנדיק אַז די פֿרוי שלעפּט זיך אַרום מיט עפּעס אַ דאָקטערל אין שטאָט, מאַכט זיך נישט וויסנדיק. ער באַגייט נישט קיין זעלבסטמאָרד, ער הענגט זיך נישט אויף, ער איז אַ צופֿרידענער קאָמעדיאַנט.
און פֿאַרוואָס איז ער אַזוי צופֿרידן? ווײַל ער איז אַדורכגעגאַנגען דאָס רוסישע גיהנום צוזאַמען מיט זײַן שותּף שומאַכערן, געליטן שרעק פֿאַרן לעבן, נישט דערעסן, קוים דערהאַלטן די נשמה, געזען די ייִדישע וועלט אין חורבות, ניצול געוואָרן, איז אַ סימן אַז דאָס לעבן איז טײַער און מ’טאָר עס נישט פֿאַרפֿוטשן.
קער איך זיך אום צו ראַבין וויליאַמס, וועלכער איז די טעג אַוועק פֿון דער וועלט און געמאַכט אַ סוף פֿון זײַן לעבן מיט די אייגענע הענט.
איז ערשטנס דער שוווילטאָג פֿון האַליוווּדער „סטאַרס‟ און „סטאַרוכעס‟, וועלכע לעבן אין אַ וועלט פֿון אַן אויסגעבלאָזן איי, ווו מען איז אָפּהענגיק פֿון פּסיכיאַטערס און משקה און נאַרקאָטיקעס, און קיין זאַך שטילט נישט זייערע אַפּעטיטן, אַ שאָד אָנצוּווערן אַזעלכע טאַלאַנטן וואָס קענען בשום־אופֿן נישט געפֿינען קיין רו אין לעבן, נעמט מען זיך דאָס לעבן. זיי לעבן אַן אויסגעטראַכט לעבן, זיי לעבן אויף אַפּלאָדיסמענטן און די באַוווּנדערונג פֿונעם עולם.
האָב איך געפֿונען בײַ משה נאַדירן אַ קאַפּיטל לעבן, וווּ ער שרײַבט:
„דאָס לעבן איז קלענער פֿון אַ טראָפּן סם, ווייניקער פֿון אַ שטריק וואָס מען קען אָנטאָן אויפֿן האַלדז, שוואַכער פֿון אַ פּולס, דאָס ווווּנדערלעכע, וווּנדערלעכע לעבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.