די וואָך ווערן אין רוסלאַנד ברייט אַרומגערעדט, קודם־כּול, פּאָליטישע ענינים. כּמעט יעדער איינער האָט שוין דערפֿילט דעם טעם פֿון די „קאָנטער־סאַנקציעס‟, וואָס די רעגירונג האָט אײַנגעפֿירט קעגן אַמעריקע און די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. פֿון די קראָמען זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויסלענדישע פּראָדוקטן, קודם־כּל, מילכיקע און פֿליישיקע. ס’וואָלט געקענט זײַן אַ גוטער שאַנס פֿאַר די רוסלענדישע פּראָדוצענטן, אָבער זיי וועלן, אַפּנים, ניט באַווײַזן אויפֿצובויען נײַע פֿאַבריקן און פֿאַרמען אין אַ יאָר — אַזוי לאַנג וועלן אָנגיין די קאָנטער־סאַנקציעס. איצט זוכן די רוסישע אײַנקויפֿער נײַע עקספּאָרטערן. צווישן די לענדער, וואָס זייער האַנדל מיט רוסלאַנד קען שטײַגן, איז אויך ישׂראל. ס’ווערט פּלאַנירט אײַנצוקויפֿן גרינסן, פֿרוכטן און ווײַנען.
נאָך אַ פּאָליטישע ידיעה, וואָס האָט אַ שײַכות צום באַרימטן ראָק־מוזיקער און זינגער אַנדריי מאַקאַרעוויטש, וואָס אַרבעט מיט מיטן „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟ און האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל „ייִדיש־דזשעז‟.
אין די 1990ער יאָרן זענען די ראָק־מוזיקער, וואָס זענען געווען טיף אונטערערדיש אין סאָוועטישע צײַטן, געוואָרן אַ טייל פֿון דער נײַער אָפֿיציעלער קולטור. ווען דער פּרעזידענט יעלצין האָט צוגעטיילט מאַקאַרעוויטשן אַן אָרדען, האָט דער מוזיקער געזאָגט: „אויב עמעצער וואָלט מיר מיט 25 יאָר צוריק געזאָגט, אַז איך וועל אַ מאָל פֿאַרבעטן ווערן אין קרעמל און באַקומען דאָ אַן אָרדען פֿון די הענט פֿונעם פּרעזידענט, וואָלט איך אַפֿילו ניט געלאַכט‟.
אין די 1990ער יאָרן און אינעם ערשטן יאָרצענדליק פֿון דעם נײַעם יאָרהונדערט האָט מאַקאַרעוויטש תּמיד געשטיצט די מלוכה, וואָס האָט אים דערנענטערט און באַלוינט. אָבער מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט זײַן שטימונג זיך שטאַרק געביטן. ער קריטיקירט די פּוטינס פּאָליטיק, זײַן רעגירונג, זײַן געריכט־סיסטעם און זײַן פּאַרלאַמענט, וואָס נעמט אָן מאָדנע און געפֿערלעכע געזעצן. אין מערץ האָט ער שאַרף קריטיקירט די רוסישע פּאָליטיק פֿאַר די מעשׂים אין אוקראַיִנע — צו אַנעקסירן קרים און צעקריגן צווישן זיך די צוויי פֿעלדער.
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט מאַקאַרעוויטש דערקלערט, אַז ער שטיצט די אוקראַיִנישע באַפֿעלקערונג און די פּליטים פֿון מיזרח־אוקראַיִנע בפֿרט. ער האָט אָנטייל גענומען אין דעם ליווערן הומאַניטאַרע שטיצע און געגעבן אַ ריי קאָנצערטן אין סלאַוויאַנסק, סעמיאָנאָווקע און סוויאַטאָהאָרסק. אין סוויאַטאָהאָרסק, אין לאַגער פֿאַר דאָנבאַסער פּליטים, איז ער אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט די אוקראַיִנישע זינגער.
די וואָך איז מאַקאַרעוויטשס אויפֿטו אַרומגערעדט געוואָרן אינעם רוסישן פּאַרלאַמענט. אַ דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „איינהײַטלעכע רוסלאַנד‟, יעווגעני פֿיאָדאָראָוו, האָט גערופֿן אָפּנעמען בײַם דעם מוזיקער אַלע זײַנע לוינען און צו דערקלערן אים ווי אַ פֿאַררעטער פֿון פֿאָטערלאַנד. ס‘רובֿ דעפּוטאַטן אָבער האָבן דעם דעפּוטאַט פֿיאָדאָראָוו ניט געשטיצט.
מאַקאַרעוויטש האָט דערקלערט, אַז דעם 7טן סעפּטעמבער וועט ער געבן אַ קאָנצערט לטובֿת די קינדער פֿון דאָנבאַסער פּליטים אין מאָסקווע.
אין פּעטערבורג האָט דער בירגערמײַסטער אונטערגעשריבן אַ באַפֿעל אָנצורופֿן אַ פּלאַץ לכּבֿוד די פּאָפּולערער שרײַבער ברידער סטרוגאַצקי. דער דאָזיקער פּלאַץ האָט נאָך ניט קיין נאָמען, כאָטש ער געפֿינט זיך כּמעט אין צענטער שטאָט, אויפֿן וואַסיליעוו־אינדזל; גאָר ניט ווײַט פֿון דעם דאָזיקן פּלאַץ האָט געלעבט באָריס סטרוגאַצקי.
באָריס און אַרקאַדי סטרוגאַצקי זענען פֿון די באַרימטסטע פֿאַנטאַזיע־שרײַבער פֿון דער שפּעטער סאָוועטישער תּקופֿה. זייערע ביכער, באַזונדערס, „דער מאָנטיק הייבט זיך אָן שבת‟, „סטאַלקער‟, „פּיקניק אויפֿן וועגראַנד‟ זענען געווען זייער פּאָפּולער אינעם סוף 20סטן יאָרהונדערט.
דער מאָסקווער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט די וואָך אַרויסגעגעבן אַ ריי נײַע ייִדישע ספֿרים און ביכער, בתוכם דעם פֿערטן באַנד פֿון „עין יעקבֿ‟ — אַנטאָלאָגיע פֿון תּלמודישער אַגדה און אַ סידור פֿאַר קינדער. ס’איז אַרויס אַן אַלטע און אַ באַקאַנטע איבערזעצונג פֿון שלום־עליכמס „טבֿיה דער מילכיקער‟ מיט די אילוסטראַציעס פֿון אַנאַטאָלי קאַפּלאַן, וואָס זענען צום ערשטן מאָל געווען געזאַמלט אונטער איין הילע מיט שלום־עליכמס טעקסט. אין אַ נײַער איבערזעצונג איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די היסטאָרישע פֿאָרשונג פֿון דעם אַנטיקישן יהדות פֿון פּראָפֿעסאָר שעיה כּהנס בוך „פֿון די מכּבים ביז דער מישנה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.