אַ פּרוּוו צו פֿאַרריכטן טעותן וועגן חסידים אין האָליוווּד

Correcting Errors About Hasidim in Hollywood

לאָזער טווערסקי (רעכטס) איז אַ קאָנסולטאַנט, און שפּילט אויך די ראָלע פֿון אַ חסיד אינעם קומענדיקן פֿילם, Felix and Meira

Julie Landreville
לאָזער טווערסקי (רעכטס) איז אַ קאָנסולטאַנט, און שפּילט אויך די ראָלע פֿון אַ חסיד אינעם קומענדיקן פֿילם, Felix and Meira


פֿון מרים מאָסטער (ייִט״אַ)

Published August 21, 2014, issue of September 12, 2014.

ניו־יאָרק (ייִט״אַ). — דער פֿילם־קאָנסולטאַנט אלי מאיר האַלט, אַז אַ חסידישער העלד אין אַ פֿילם מוז געשפּילט ווערן פֿון אַן אמתן חסיד, און נישט סתּם פֿון אַן אַקטיאָר, וואָס טראָגט אַ באָרד מיט פּאות בלויז צוליב דעם פֿילם.

דאָס איז אָבער נישט תּמיד מעגלעך. מאיר, אַ ניו־יאָרקער ליובאַוויטשער חסיד, דערציילט ווי מע האָט אים איין מאָל אָנגעשטעלט צו געפֿינען חסידים ווי סטאַטיסטן (extras), אָבער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן, ווען ער האָט זיך דערוווּסט, אַז מע וועט געוויסע סצענעס פֿילמירן יום־כּיפּור.

„ווער האָט דיר דען געהייסן אָנשטעלן ייִדן?‟ האָט איינער פֿון די פּראָדוצענטן געטענהט. יענע סצענעס האָט מען טאַקע נישט פֿילמירט יום־כּיפּור.

מאיר איז איינער פֿון עטלעכע ייִדן פֿון חרדישע היימען, וואָס זענען לעצטנס געוואָרן קאָנסולטאַנטן פֿאַר פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, וואָס באַמיִען זיך צו שילדערן אויטענטישע חסידישע סצענעס — וואָס שייך דעם לשון און די קאָסטיומען פֿון די העלדן, און אַמאָל אַפֿילו דעם סיפּור־המעשׂה.

דער 59־יאָריקער מאיר טוט אַזאַ אַרבעט שוין 10 יאָר לאַנג. הײַיאָר האָט ער שוין אַליין געשפּילט, אָדער געדינט ווי אַן עצה־געבער פֿאַר זעקס טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און פֿילמען. „זיי מיינען, אַז מע קען פּשוט דערלאַנגען דעם אַקטיאָר אַן אַמישן הוט און אַ לאַנגן שוואַרצן ראָק, און שוין — געשאַפֿן אַ חסיד!‟ האָט ער געזאָגט.

יצחק שאָנפֿעלד, דער גרינדער פֿון „טשאָלנט‟, דער קלוב פֿאַר חסידים און געוועזענע חסידים, וואָס טרעפֿן זיך יעדן דאָנערשטיק אויף דער נאַכט אין ברוקלין, האָט שוין אויך געדינט ווי אַן עצה־געבער אין עטלעכע פֿילמען. בעת דער פּראָדוקציע פֿון איינעם פֿון זיי — די קאָמעדיע, Fading Gigolo (דער אַמאָליקער אַלפֿאָנס), רעזשיסירט פֿון דזשאָן טורטוראָ — האָט שאָנפֿעלד געמאַכט אַ וויכטיקע ענדערונג. טורטאָראָ האָט געהאַט בדעה אַ נאָמען צו געבן דער ראָלע פֿון אַ חסידישער אַלמנה — אַבֿיטל, מיינענדיק, אַז דאָס איז אַן עכטער חסידישער נאָמען.

„געוויסע מענטשן מיינען, אַז די ישׂראלדיקע נעמען זענען די זעלבע ווי די חסידישע,‟ האָט שאָנפֿעלד געזאָגט. ער האָט דערקלערט טורטאָרן דעם ענין, און דער רעזשיסאָר האָט מסכּים געווען, אָבער געזאָגט, אַז ער וויל, אַז דער חסידישער נאָמען זאָל כאָטש קלינגען ענלעך צו אַבֿיטל. האָט מען עס געביטן אויפֿן תּנכישן נאָמען, אַבֿיגיל.

שפּעטער, ווען דער רעזשיסאָר האָט געזוכט דאָס ייִדישע וואָרט פֿאַר pimp, האָט שאָנפֿעלד זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ ייִדיש־קענער און זיך אַליין דערוווּסט, אַז דער טערמין איז „אַלפֿאָנס‟, אַ וואָרט וואָס ער האָט קיין מאָל נישט געהערט אויף דער חסידישער גאַס.

בעת דער פּראָדוקציע פֿון אַ צווייטן פֿילם מיט חסידישע העלדן — Felix and Meira — האָבן עטלעכע געוועזענע חסידים צוזאַמענגעאַרבעט, כּדי צו געבן דעם ווערק אַן אויטענטישן עלעמענט. רבֿקה כּץ, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן בײַ די ליובאַוויטשער, האָט געדינט ווי די עצה־געבערין פֿונעם פֿילם, בעת לאָזער טווערסקי און מעליסאַ ווײַס, וועלכע האָבן זיך ביידע געלערנט אין די סאַטמערער שולן, האָבן סײַ געשפּילט אינעם פֿילם, סײַ געדינט ווי קאָנסולטאַנטן.

בײַ איין געוויסער סצענע, וואָס קומט פֿאָר בײַם שבתדיקן טיש, האָבן זיי זייער אַכטונג געגעבן, אַז אַלץ זאָל זײַן פּונקט ווי בײַ אַ חסיד אין דער היים. „דער שטרײַמל און די בעקעשע זענען ביידע געווען אמתדיקע, און אַפֿילו דער יויך איז געווען אַן עכטער,‟ האָט טווערסקי באַמערקט.

די סצענע האָט טאַקע אויסגעזען אַזוי אמתדיק, אַז ווײַס האָט, נישט־טראַכטנדיק, זיך אַנטקעגנגעשטעלט, ווען מע האָט גלײַך נאָך דער סצענע אָנגעהויבן רעדן וועגן פֿילם. „נישט אויף שבת גערעדט!‟ האָט זי, אַ ברוגזע, אַרויסגעזאָגט, ביז זי האָט זיך געכאַפּט, אַז ס׳איז גאָר נישט געווען שבת…