אַמעריקע דאַרף באַשליסן: זי איז אַן אימפּעריע, צי נישט?

US Needs to Decide: Is it an Empire, or Not?

Getty Images

פֿון שבֿע כּהן

Published August 21, 2014, issue of September 12, 2014.

אין לעצטן חודש מיט דעם דורכפֿאַל פֿון אַלע שטילשטאַנד־איניציאַטיוון צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟; מיט די אַמעריקאַנער מיליטערישע אַקציעס אין איראַק, כּדי אַרויסצוהעלפֿן די יאַזידיס, האָב איך אָנגעהויבן צו טראַכטן, פֿאַרוואָס איז אַמעריקע אַזוי שלעכט בײַם פֿירן אַ וועלט-פּאָליטיק? פּונקט ווי דזשאָרדזש וו. בוש האָט אַרײַנמאַרשירט אין איראַק, מאַכט איצט באַראַק אָבאַמאַ פּראָבלעמען מיט זײַנע קווענקלענישן, צי ער זאָל זיך יאָ אַרײַנמישן אין דער סכּנותדיקער סיטואַציע, צי נישט.

דער פֿאַקט, אַז אַמעריקע איז פֿיזיש איזאָלירט פֿון ס’רובֿ לענדער אין דער וועלט, האָט בײַ איר געשאַפֿן אַ מין שטאַרקע נטיה צו פֿאָלגן די פּרינציפּן, וואָס האָבן אַ קליינעם שײַכות צו דער ווירקלעכקייט. דער רעזולטאַט איז, אַז די פֿעלקער פֿון דער „אַלטער וועלט‟, זײַנען אויפֿגעבראַכט אויף אַמעריקע, ווײַל זי שפּילט נישט לויט די כּללים.

די אַמעריקאַנער גלייבן, אַז זייער מדינה איז געווען אַן איזאָלירטע פֿון אָנהייב אָן, און איז געוואָרן וויכטיק נאָר נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, און ספּעציעל נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַדרבא, אַמעריקע האָט געפֿירט מלחמות קעגן כּמעט אַלע מדינות אין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט אויך קאַנאַדע אין דער מלחמה פֿון 1812. פֿון דעסטוועגן, זעט מען צוויי וויכטיקע אונטערשיידן צווישן די תּקופֿות פֿאַר און נאָך די וועלט-מלחמות. ערשטנס, האָט אַמעריקע געקעמפֿט קעגן די גרויסע אימפּעריעס פֿון אייראָפּע אויף איר „אייגענעם שטח‟. יאָ, זי האָט געפֿירט מלחמות קעגן ענגלאַנד און שפּאַניע, אָבער זי האָט זיי געפֿירט כּמעט נאָר אין אַמעריקע אָדער אויף די ימען, און קיין מאָל נישט אין אייראָפּע.

צווייטנס, זײַנען די פֿאַראייניקטע שטאַטן תּמיד געווען שטאַרקער פֿון אירע שכנים אין ביידע אַמעריקעס, מיט עטלעכע אויסנאַמען: די באַרבאַרישע פּיראַטן אין צפֿון־אַפֿריקע אין די צײַטן פֿון טאָמאַס דזשעפֿערסאָן, און מיט מאַטהיו פּעריס נסיעה קיין יאַפּאַן אין 1854.

אַזאַ צוגאַנג צו דער וועלט איז געווען אויפֿן סמך פֿונעם געדאַנק, אַז אייראָפּע פֿאַרטיידיקט די אייראָפּעיִשע פֿעלקער, און אַמעריקע וועט הערשן נאָר אויף איר אייגענעם קאָנטינענט. דער צוגאַנג האָט זיך געביטן בלית-ברירה נאָר אין 20סטן יאָרהונדערט. צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע האָבן די טעכנאָלאָגיעס פֿון פֿאָרן און קאָמוניקירן דערלאָזט אַמעריקע צו שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע ווײַט פֿון דער היים און פֿון די אייראָפּעיִשע אימפּעריעס, וואָס האָט דערמעגלעכט אַמעריקע משפּיע צו זײַן אין אייראָפּע, מערבֿ־ און דרום־אַזיע, און אַפֿריקע. די איינציקע שטערונג איז געווען דער ראַטן-פֿאַרבאַנד מיט זײַן „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟.

מע רופֿט אַמעריקע אַ מאָל „די קווענקלענדיקע אימפּעריע‟, און אַזאַ אויסדרוק פּאַסט פֿאַר איר 100%. ווען אַמעריקע ציט זיך אַרײַן אין עפּעס אַ מדינה, איז תּמיד מיטן ציל אָפּצוהיטן די אָרטיקע בירגער פֿון זייער פֿאַרכאַפּטער מאַכט אָדער אַן אידעאָלאָגיע. אויך דעמאָלט טרעפֿט זיך זייער זעלטן, אַז אַמעריקע זאָל שטיצן אירע אַקציעס מיט מיליטער; בדרך־כּלל — נאָר מיט רייד און סאַנקציעס. קעגן קאָמוניזם האָט אַמעריקע יאָ געשיקט סאָלדאַטן, דער עיקר, קיין קאָרעע און וויעטנאַם, אָבער קיין מאָל נישט געפֿירט קיין מלחמה קעגן ראַטן-פֿאַרבאַנד אָדער כינע.

אַפֿילו אין דער איצטיקער „מלחמה קעגן טעראָר‟ האָט וואַשינגטאָן געשיקט אירע סאָלדאַטן נאָר אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, אָבער געפֿונען אַלע סיבות נישט צו שיקן זיי קיין איראַן און אירע אַליִיִרטע. אַזעלכע מלחמהלעך האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער אינערלעכער פּאָליטיק, אָבער נישט גלאָבאַל. די אַמעריקאַנער זײַנען פּשוט נישט גרייט צו אינוועסטירן אַ סך „בלוט און געלט‟ אין וועלט-פּאָליטיק, דעריבער בלײַבט אַ רושם, אַז דאָס איז „נישט אונדזער ענין‟.

דער אמת איז, אַז פּונקט ווי די גלאָבאַליזאַציע דערלאָזט אַמעריקע צו ווערן מער אַ טייל פֿון דער וועלט — סײַ פּאָליטיש, סײַ עקאָנאָמיש — דערלאָזט זי אויך אַמעריקע זאָל געסטראַשעט ווערן. צום ערשטן מאָל אין איר געשיכטע ווערט אַמעריקע טאַקע באמת באַדראָט. די מיליטערישע מעגלעכקייטן בײַ די טעראָריסטן וואַקסן פֿון יאָר צו יאָר. ס‘איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז גאָר אין גיכן, וועלן זיי האָבן אַזאַ סאָפֿיסטיצירטע טעכנאָלאָגיע, וואָס וועט דערמעגלעכן אַרויסצושיסן ראַקעטן און באָמבאַרדירן אַמעריקאַנער שטעט. תּכלית: אַמעריקע וועט נישט קענען ממשיך זײַן איר סטראַטעגיע פֿון סאַנקציעס און זיך אַרײַנמישן בלויז אין ספּעציפֿישע פֿאַלן; זי וועט מוזן אַרײַנלייגן מער כּוח אין דער וועלט-פּאָליטיק, אָדער גורם זײַן מער אומזיכערהייט פֿאַר זיך און מער הפֿקרות אין דער וועלט.

אַמעריקע מוז זיך לערנען אויפֿן בײַשפּיל פֿון דער בריטישער אימפּעריע. די פֿאָלקס-געשיכטע פֿון דער מערבֿ-וועלט דערציילט, אַז ענגלאַנד און די אַנדערע אייראָפּעיִשע אימפּעריעס זײַנען געווען שלעכט, אָבער האָבן דאָס אַליין פֿאַרשטאַנען, און האָבן מיט דער צײַט באַפֿרײַט זייערע קאָלאָניעס. די ענגלענדער זײַנען טאַקע געווען גרויסע ממזרים, אָבער זיי האָבן אויך געמאַכט אַ סוף צו שקלאַפֿערײַ אין זייערע קאָלאָניעס, באַשיצט די מינדערהייטן פֿון דער מערהײט, און די שוואַכע פֿירער — פֿון די שטאַרקע. דאָס הײַנטיקע ענגלאַנד פֿאַרלאָזט זיך מער אויף אַמעריקע. אויב אַמעריקע וויל ווערן אויס אימפּעריע, כּדי זיך צו פּאָסמאַקעווען מיטן שלום, דאַרף זי באַשליסן צי זי איז גרייט צו באַצאָלן דעם פּרײַז — צו זײַן אָפּהענגיק פֿון אַנדערע און פֿאַרגעסן וועגן פֿרײַהייט און מענטשן-רעכט פֿאַר אַנדערע פֿעלקער.