קאַמף קעגן שבת דאַרף ניט זײַן די פּריאָריטעט

Israel's Fight Against Schabas May Be Off-Target

וויליאַם שבת, דער פֿאָרזיצער בײַ דער „יו־ען‟־אויספֿאָרשונג פֿון דער עזה־מלחמה, ווערט שאַרף קריטיקירט פֿון ישׂראל און אירע שטיצער
Youtube
וויליאַם שבת, דער פֿאָרזיצער בײַ דער „יו־ען‟־אויספֿאָרשונג פֿון דער עזה־מלחמה, ווערט שאַרף קריטיקירט פֿון ישׂראל און אירע שטיצער

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published August 21, 2014, issue of September 12, 2014.

נאָך איידער זײַן פֿוס טרעט אַרײַן אין עזה, ווערט וויליאַם שבת שוין פֿאַרדאַמט פֿון די ישׂראלדיקע הויכע באַאַמטע און זייערע אַמעריקאַנער שטיצער.

די קריטיקער טענהן, אַז דאָס באַשטימען שבת, דער קאַנאַדער מענטשנרעכט־אַקאַדעמיקער, ווי דער הויפּט פֿון אַ „יו־ען‟־אויספֿאָרשונג פֿון דער עזה־מלחמה, איז גלײַך ווי „מע וואָלט פֿאַרבעטן ISIS צו אָרגאַניזירן אַ וואָך פֿון רעליגיעזער טאָלעראַנץ‟. די ISIS איז די ברוטאַלע איסלאַמיסטישע גרופּע, וועלכע האָט לעצטנס דורכגעפֿירט אַ ריי מאַסן־שחיטות אין סיריע און איראַק.

פֿול־זײַטיקע רעקלאַמעס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟ און „וואַשינגטאָן פּאָסט‟ האָבן באַצייכנט שבת ווי „אַן אַפּאָלאָגעטיקער פֿאַר ראַדיקאַלע אַנטיסעמיטן‟.

הגם שבת, דער זון פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן מוזיקער, זאָגט, אַז ער איז נישט קיין קעגנער פֿון דער ייִדישער מדינה — ער באַזוכט ישׂראל אָפֿט און איז דווקא געשטימט קעגן אַן עקאָנאָמישן בויקאָט פֿון ישׂראל — איז ער ווײַט נישט קיין פֿרײַנד פֿון דער איצטיקער ישׂראלדיקער רעגירונג, און האָט נישט איין מאָל באַצייכנט דעם פּרעמיער בנימין נתניהו ווי „ישׂראלס גרעסטע סכּנה‟.

ער האַלט אָבער, אַז זײַנע געפֿילן וועלן בשום־אופֿן נישט שטערן אים בײַם קומען צו אַ יושרדיקן פּסק. „איך האָב בדעה איבערצולאָזן מײַנע פּערזענלעכע מיינונגען בײַ דער טיר,‟ האָט ער געזאָגט. קיינער לייקנט נישט, אַז שבת איז אַ געניטער לעגאַלער עקספּערט. ווען דער אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן האָט אים אין 2004 פֿאַרבעטן צו געבן אַ רעפֿעראַט, האָט דזשערי פֿאַולער, דער דירעקטאָר פֿונעם „קאָמיטעט פֿון געוויסן‟ בײַם מוזיי, אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן עולם ווי „דער אַלוועלטלעכער עקספּערט אויף די געזעצן פֿון גענאָציד און אינטערנאַציאָנאַלער יוריספּרודענץ‟.

אָבער אַפֿילו ווען שבת וואָלט נישט געהאַט אויסגעדריקט קיין נעגאַטיווע מיינונג וועגן דער הײַנטיקער ישׂראל־פּאָליטיק, וואָלט ישׂראל זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אויספֿאָרשונג, ווײַל די אָרגאַניזאַציע וואָס פֿירט עס דורך, דער מענטשנרעכט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟, ווערט שוין פֿון לאַנג באַטראַכט מצד ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווי אַנטי־ישׂראל.

אינטערעסאַנט איז, אַז שבת אַליין איז מסכּים: „איינע פֿון די גרעסטע פּראָבלעמען פֿון דער מענטשנרעכט־סיסטעם בײַ דער ׳יו־ען׳ איז איר טאָפּלטער סטאַנדאַרט. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער טאָפּלטער סטאַנדאַרט אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער ׳יו־ען׳ פּונקט פֿאַרקערט: די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואַרפֿט אָפּ כּמעט אַלע רעזאָלוציעס, וואָס קריטיקירן ישׂראל.‟

די גרעסטע זאָרג בײַ ישׁראל איז אָבער נישט שבת אַליין, נאָר אַז די רעזולטאַטן פֿון דער אויספֿאָרשונג וועלן דערנאָך אויסגעניצט ווערן בײַם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט אין האַאַג ווי אַ באַווײַז פֿון כּלומרשטיקע מלחמה־פֿאַרברעכנס מצד ישׂראל.

די אויספֿאָרשונג פֿונעם פֿריִערדיקן קאָנפֿליקט אין עזה, דורכגעפֿירט פֿונעם דרום־אַפֿריקאַנער ריכטער ריטשאַרד גאָלדסטאָון, איז אויך געווען קריטיש צו ישׂראל, אָבער צוליב דעם וואָס ישׂראל און די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָבן דעמאָלט געהאַלטן אין מיטן דעם פֿירן שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, האָבן די פּאַלעסטינער באַאַמטע נישט גערופֿן צו באַשולדיקן ישׂראל אין מלחמה־פֿאַרברעכנס.

הײַנט קומען אָבער נישט פֿאָר קיין שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, און די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָט שוין דערקלערט, אַז זי וועט אָנקלאָגן ישׂראל אינעם געריכט אין האַאַג. צוליב דער סכּנה האָט ישׂראל זיך געוואָנדן צו די קאָנגרעסלײַט אין וואַשינגטאָן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל בלאָקירן אַן אינטערנאַציאָנאַלן מישפּט.

ווי אַ פּועל־יוצא באַמיט זיך איצט די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע איבערצוצײַגן די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אַז אַזאַ שריט וועט נישט זײַן גוט פֿאַר די פּאַלעסטינער.

דערווײַל איז נישט קלאָר, צי שבת וועט פֿאַרגעדענקט ווערן ווי אַ צווייטער גאָלדסטאָון (דאָס הייסט, זייער קריטיש צו די ישׂראלדיקע אַקציעס, אָבער אָן ממשותדיקע נעגאַטיווע קאָנסעקווענצן פֿאַר ישׂראל) אָדער אַ מוראדיקע נײַע תּקופֿה, אין וועלכער די באַריכטן וועגן די ישׂראלדיקע אַציעס וועלן איבערגעגעבן ווערן דעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט און במילא געמישפּט ווערן ווי מלחמה־פֿאַרברעכנס.