ווילן ייִדן בלײַבן אין דאָטאַן, אַלאַבאַמע?

You Can Pay Jews To Live in Dothan, Alabama, But Will They Stay?

דער פּסח־סדר אין דער דאָטאַנער שיל „טעמפּל עמנואל‟, 2010
Facebook
דער פּסח־סדר אין דער דאָטאַנער שיל „טעמפּל עמנואל‟, 2010

פֿון ען כּהן און סיגל שמואל (Forward)

Published August 21, 2014, issue of September 12, 2014.

מוצאי־שבת, אינמיטן אַ הייסער יולי־נאַכט, האָבן זיך פֿיר ייִדישע משפּחות געלאָזט גיין אונטער אַ שטורעמדיקן רעגן אויפֿן חודשלעכן צוזאַמענטרעף פֿון דער „מיצווה־ליגע‟ — די ייִדישע מאַנשאַפֿט, וואָס שפּילט אין קעגליעס אין דער שטאָט דאָטאַן, שטאַט אַלאַבאַמע. קעגנאיבער דעם אַלטן בנין, וווּ די שפּיל קומט פֿאָר, געפֿינט זיך אַ קראָם, וווּ מע פֿאַרקויפֿט געווער.

ווײַל די עלטערן צילן אָן די פּילקע אויף די קעגליעס און שמועסן מיט די שכנים, שפּאַצירן זייערע קליינע קינדער — אַלע ייִנגער פֿון 10 יאָר — אַהין און צוריק אין דרויסן. להיפּוך צו די אַנדערע שטעט אינעם דרומדיקן טייל פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז די אָרטיקע ייִדישע קהילה לעצטנס געוואַקסן.

דעם נאָמען פֿון דער שטאָט, געגרינדעט אינעם יאָר 1885, האָבן די קריסטלעכע תּושבֿים אויסגעקליבן אויפֿן סמך פֿון אַן אוראַלטן תּנ״כישן ייִשובֿ. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָבן זיך אין דאָטאַן באַזעצט די ערשטע ייִדן. אינעם יאָר 1892 איז אָנגעקומען אַ משפּחה פֿון דײַטשישע אימיגראַנטן — עמנואל און אַמעליע קרײַן, צוזאַמען מיט זייערע קינדער. אַנדערע ייִדישע משפּחות האָבן נאָכגעפֿאָלגט און אָנגעהויבן האַנדלען מיט סטאַשקעס. דאָטאַן פֿאַרמעסט זיך מיט פּליינס, אַ שטאָט אין דזשאָרדזשיע, פֿאַרן טיטל פֿונעם „וועלט־צענטער פֿון סטאַשקעס‟.

אינעם יאָר 1929, האָבן 14 ייִדישע משפּחות געגרינדעט די ערשטע שיל אין דאָטאַן — „טעמפּל עמנואל‟. די קהילה האָט זיך כּסדר אַנטוויליקט. אין די 1980ער יאָרן, צוליב די עקאָנאָמישע פּראָבלעמען, האָבן אָבער די דאָטאַנער ייִדן אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן די שטאָט. אין פֿאַרגלײַך מיט 1980, איז די קליינע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט געפֿאַלן אינעם יאָר 2000 פֿון 205 ביז 100 נפֿשות.

אינעם יאָר 2008, האָט די אונטערגייענדיקע קהילה פֿאָרגעלייגט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, האָפֿנדיק צוצוציִען קיין דאָטאַן די ייִדן פֿון אַנדערע שטעט. לאַרי בלומבערג, אַן אָרטיקער הײַזער־הענדלער, האָט צוגעזאָגט מנדבֿ צו זײַן אַ מיליאָן דאָלאַר במשך פֿון 10 יאָר, כּדי צו דעקן די הוצאות און צו שטיצן די פֿאַראינטערעסירטע משפּחות, וואָס וואָלטן מסכּים געווען זיך באַזעצן אין דער שטאָט לכל־הפּחות אויף פֿינף יאָר. אַכט משפּחות זענען טאַקע אָנגעקומען, און נאָך צוויי קלײַבן זיך אַריבערצופּעקלען ביז די קומענדיקע ימים־נוראָים.

לין גאָלדשמיט, וועלכע האָט זיך נישט לאַנג צוריק באַזעצט אין דער שטאָט, ווען מע האָט זי פֿאַרבעטן צו דינען דאָרטן ווי אַ ראַבינערין, האָט איבערגעגעגן, אַז געוויסע מענטשן האָבן איר אָנגעשריבן אין אַ בליצפּאָסט, אַז פֿאַר 50,000 דאָלאַר זענען זיי מסכּים זיך מגייר צו זײַן און זיך באַטייליקן אין איר קהילה. איר מאַן, ראָב גאָלדשמיט, איז דער אויספֿיר־דירעקטאָר בײַם בלומבערגס שטיצע־פּראָיעקט.

די שטיצע ווערט אָבער נישט אויסגעגעבן אויטאָמאַטיש. גאָלדשמיט באַטראַכט יעדן קאַנדידאַט און נעמט אָן בלויז אַזעלכע משפּחות, וואָס זענען טאַקע מסוגל אויפֿצולעבן די קהילה — בפֿרט אויב זיי האָבן קליינע קינדער. אַן אַנדער קאַטעגאָריע פֿון קאַנדידאַטן זענען די עטלערן, וואָס האָבן שוין דערצויגן זייערע דערוואַקסענע קינדער און ווילן זיך באַזעצן אין אַ נײַ אָרט.

די קשיא איז, וואָס וועט געשען מיט דער קליינער קהילה אין אַ צענדליק יאָר אַרום? גאָלדשמיט האָט דערקלערט, אַז במשך פֿון די זיבן יאָר, וואָס זי דינט אין דאָטאַן ווי אַ ראַבינערין, איז איר קהילה געוואָרן צוויי מאָל גרעסער און באַטרעפֿט איצט מער ווי 60 משפּחות. זי האָט אָבער באַמערקט, אַז ווען די קינדער פֿון די נײַ־געקומענע וועלן פֿאַרענדיקן דעם קאָלעדזש, וועלן זיי, מסתּמא, נישט בלײַבן אין דער קליינער אַלאַבאַמער שטאָט.