ווייניקער ווי אין צוויי חדשים אַרום, דעם 14טן אָקטאָבער, וועט ווערן 50 יאָר זינט מע האָט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַראָפּגעוואָרפֿן ניקיטאַ כרושטשאָוון. דאָס איז געווען אַן איבערקערעניש אָן שפֿיכות-דמים, און כרושטשאָוו אַליין האָט געלעבט ווײַטער, שוין אין דער תּקופֿה פֿון לעאָניד ברעזשנעוון, ביז סעפּטעמבער 1971, ווען ער איז אין עלטער פֿון 76 יאָר געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַקע.
מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, אַז ווען מע האָט אים אַראָפּגעוואָרפֿן, האָט זיך דער עולם געפֿרייט. אַלעמען זײַנען שוין נימאס געוואָרן זײַנע עקסטראַוואַגאַנטע, ברייט-מאַסשטאַביקע רעפֿאָרמען. באַזונדערס שטאַרק האָט מען זײַנע קונצן דערפֿילט, ווען ער האָט גענומען עקספּערימענטירן מיט דער סאָוועטישער לאַנדווירטשאַפֿט, בפֿרט דורך קולטיווירן קוקורוזע אומעטום, וווּ מע האָט עס געדאַרפֿט און לחלוטין ניט געדאַרפֿט. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט דערפֿירט צו ערנסטע שוועריקייטן מיט עסנוואַרג, פּשוט מיט קויפֿן נאָרמאַל ברויט. קיין הונגער איז, חלילה, ניט געווען, אָבער מע האָט געמוזט אָפּשטיין לאַנגע שעהען אין אַ ריי, כּדי קויפֿן די סאַמע עלעמענטאַרע זאַכן. און דאָס האָט מען כרושטשאָוון ניט געקענט מוחל זײַן, כאָטש מיט זײַן נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן אויך אַ סך גוטע שינויים אינעם סאָוועטישן לעבן.
„אַ מענטש איז דאָס וואָס ער עסט‟, האָט בשעתּו פֿאָרמולירט לודוויג פֿויערבאַך. און די דאָזיקע פֿאָרמל גילט עד-היום. אַ מענטש פֿילט זיך באמת פֿרײַ, בפֿרט, ווען ער האָט אַ מעגלעכקייט צו קויפֿן פֿרײַ דאָס עסנוואַרג, וואָס איז אים מער צום האַרצן. איך פֿאַרשטיי עס זייער גוט, ווײַל איך האָב אָפּגעלעבט אַ היפּשן טייל פֿון מײַן לעבן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ מע פֿלעגט מוזן פּטרן אַ סך צײַט, כּדי צו קריגן פֿלייש, מילכיקס, פֿרוכטן וכ‘. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ווײַט ניט אַלץ האָט מען בכלל געקענט קריגן. מענטשן, וועלכע זײַנען, ווי איך, אויסגעוואַקסן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, געדענקען, בלי-ספֿק, די דערנידערונג, וואָס מ‘האָט געמוזט איבערלעבן בשעתן באַזאָרגן זיך אַליין צי די משפּחה מיט עסן. די, וואָס האָבן ניט דערפֿילט דעם ביטערן טעם פֿון דער דאָזיקער דערנידערונג, קענען עס ניט פֿאַרשטיין, און איך ווינטש אַלעמען צו בלײַבן, אין דעם זין, אומוויסנדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.