צו שמועסן מיט ניסן שעכטמאַן, אַ מומחה אין מוזיק, ליטעראַטור, טעאַטער און אַ וואַרעמער ייִד, פֿאַרשאַפֿט מיר שטענדיק הנאָה. ער וווינט אין באר־שבֿע שוין 37 יאָר, און איך — אַ נײַ־געקומענער, בין צו אים ספּעציעל געקומען פֿון נהריה, אויף דער גרענעץ מיט לבֿנון, דורכשנײַדנדיק כּמעט דאָס גאַנצע לאַנד.
מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין זײַן דירה. ניסן איז איצט 93 יאָר אַלט, אָבער ער האָט אַ קלאָרן קאָפּ, רעדט צו דער זאַך און זײַנע אויגן זײַנען פֿול מיט לעבן. פֿון זײַנע ערשטע ווערטער האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ער ווייסט אַלע לעצטע נײַעס, בפֿרט, אַז אין דרום, וווּ עס הערן זיך כּסדר די אַלאַרעמס, איז עס שווער אויסצומײַדן, נישט געקוקט אויפֿן עלטער. אָבער זײַן באַהאַוונטקייט אין ידיעות פֿאַרשפּרייט זיך ווײַטער פֿון ישׂראל; ער האַלט אונטער פֿאַרבינדונגען מיט זײַנע אַמאָליקע קאָלעגן און תּלמידים פֿון דער „אַלטער היים‟, פֿון קעשענעוו. איז לאָמיך טאַקע אַ ביסל דערציילן וועגן זײַן לעבן און טעטיקייט, איידער איך הייב אים אָן שטעלן פֿראַגעס.
ניסן שעכטמאַן איז געבוירן געוואָרן אין דער רומענישער שטאָט גאַלאַץ אויפֿן טײַך דונײַ, אין 1921. זײַן טאַטע האָט געדינט ווי אַן אָנגעשטעלטער אין צאָל־אַמט, געקומען פֿון קעשענעוו, בעסאַראַביע. אין 1940, ווען בעסאַראַביע איז קאָאָפּטירט געוואָרן צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָט די משפּחה באַשלאָסן זיך אומצוקערן קיין קעשענעוו, ווײַל דער אַנטיסעמיטיזם אין אַנטאָנעסקוס רומעניע האָט געשטיגן מיט יעדן טאָג.
אין קעשענעוו האָט מען בײַ די פּליטים פֿון רומעניע נישט געפֿאָדערט קיין דיפּלאָם, אַז מ‘האָט פֿאַרענדיקט די גימנאַזיע; ס‘איז גענוג געווען צו ווײַזן אַ דאָקומענט, אַז דו האָסט זיך דאָרט געלערנט. אויפֿן סמך פֿון אַזאַ דאָקומענט, איז דער יונגער ניסן אָנגענומען געוואָרן אין דער קאָנסערוואַטאָריע אויפֿן צוגרייט־אָפּטייל.
דער מאָלדאַווישער מוזיקאַלישער קולטור און דער פּעדאַגאָגישער טעטיקייט האָט שעכטמאַן אָפּגעגעבן פֿערציק יאָר פֿון זײַן לעבן. צו זאָגן, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט אים, איינעם פֿון די פֿירנדיקע מוזיקאָלאָגן אין דער רעפּובליק, באַדאַנקט דערפֿאַר מיט אַ ברייטער האַנט, וואָלט געווען איבערגעטריבן. צוריק גערעדט, וואָלט געווען נישט ריכטיק צו מאָלן זײַן לעבן דאָרט נאָר מיט שוואַרצער פֿאַרב.
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָט שעכטמאַן קיין האָניק נישט געלעקט. זײַן פּערזעלכקייט, אינערלעכע פֿרײַהייט, אייראָפּעיִשע דערציִונג, שאַרפֿער שׂכל און צונג, פֿלעגן, אַוודאי, אַרויסרופֿן נישט ווייניק קינאה בײַ זײַנע קאָלעגן, און צומאָל אויך אָפֿענע נישט־פֿאַרגינערישקייט.
ס‘איז מיר נישט איין מאָל אויסגעקומען בײַצוזײַן אויף שעכטמאַנס אינטערעסאַנטע לעקציעס, באַגלייט מיט מוזיקאַלישע בײַשפּילן, ווי, למשל, „אַלע בעטהאָווענס סימפֿאָניעס‟, אָדער „אימפּרעסיאָניזם אין מוזיק און אין מאָלערײַ‟, „טשײַקאָווסקיס סימפֿאָניעס‟ וכדומה. דער זאַל איז געווען שטענדיק איבערגעפֿולט, און די לעקציעס אַליין פֿלעגט מען אויפֿנעמען מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם, ווײַל שעכטמאַן האָט געהאַט די פֿעיִקייט צו פֿירן נאָך זיך דעם עולם; די ערנסטע טעמעס פֿון זײַנע אויפֿטריטן זײַנען שטענדיק באַטעמט געווען מיט הומאָר, וואָס האָט אין לעבן פֿון שעכטמאַן פֿאַרנומען אַ היפּש אָרט.
ס‘האָבן זיך מיר אויך פֿאַרגעדענקט זײַנע אויסגעצייכנטע פּראָגראַמען אויף דעם מאָלדאַווישן ראַדיאָ און טעלעוויזיע, וואָס ס‘איז געווען גאָר נישט פּשוט צו פֿירן אין אַ ליידיקער סטודיע, אָן די צוהערער און זייער רעאַקציע. פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַן קולטור־טרעגערישע טעטיקייט, בפֿרט אויף דעם ראַדיאָ און טעלעוויזיע, אין דער מאָלדאַווישער פּרעסע, וווּ ער פֿלעגט דרוקן זײַנע אַרטיקלען אויף רוסיש און מאָלדאַוויש, האָבן געמאַכט שעכטמאַנען סײַ פּאָפּולער בײַ די מוזיק־ליבהאָבער, סײַ אַ פֿירנדיקע פֿיגור אינעם פֿאַראיין פֿון קאָמפּאָזיטאָרן, וווּ ער איז געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דער מוזיקאָלאָגישער סעקציע. אַ סך פֿון זײַנע אַרטיקלען, געווידמעט דער מאָלדאַווישער מוזיק, האָט ער געמוזט אונטערשרײַבן מיט אַ פּסעוודאָנים, ווײַל עס האָט נישט געפּאַסט פֿאַר די סאָוועטישע טשינאָווניקעס, אַז אַ ייִד זאָל זײַן אַזאַ גרויסער מומחה אין נאַציאָנאַלער מאָלדאַווישער שאַפֿונג.
און איצט, נאָך אַזאַ קורצן איבערבליק פֿון זײַן לאַנג לעבן, בין איך דירעקט צוגעקומען צו אונדזער שמועס. האָב איך געפֿרעגט מײַן גאַסטגעבער: „צי איז אײַער פֿאַרלאָזן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען פֿאַרבונדן נאָר מיט די אַנטיסעמיטישע שטיק פֿון די שמאָלקעפּיקע טשינאָווניקעס פֿון קולטור, צי צוליב דעם, וואָס ׳אַלע זײַנע דעמאָלט געפֿאָרן׳?‟
בלי־ספֿק האָט דער מלוכישער אַנטיסעמיטיזם אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אָננעמען דעם באַשלוס אַרויסצופֿאָרן. נישט אַלץ אָבער איז געווען אַזוי פּשוט. מײַן טאַטע, וואָס האָט געחלומט צו קומען קיין ישׂראל, איז צו יענער צײַט געווען מסוכּן קראַנט, און כ‘האָב אים נישט געקאָנט רירן פֿון אָרט. חוץ דעם, האָט מײַן ברודער געאַרבעט ווי דער הויפּט־אינזשעניר אויף אַ גרויסער אונטערנעמונג, און ס‘איז נישט זיכער געווען, צי מע וועט אים אַרויסלאָזן, בפֿרט אַז מ‘האָט אונדז שוין עטלעכע מאָל אָפּגעזאָגט. מיר האָבן געקעמפֿט, געשריבן בריוו, פֿאָדערנדיק מע זאָל אונדז אַרויסלאָזן. כ‘געדענק, ווי כ‘בין געפֿאָרן קיין מאָסקווע, ווען ס‘האָט זיך דאָרט געפֿונען מיט אַ וויזיט דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר סײַרוס ווענס, און איך האָב זיך באַמיט מיט אים צו טרעפֿן. מײַן פֿרוי, בעלע, פֿלעגט מיר יעדן טאָג טעלעפֿאָנירן און, וויסנדיק, אַז אונדזער טעלעפֿאָן ווערט קאָנטראָלירט פֿון דער „קאַגעבע‟, האָט זי בכּיוון הויך געשריגן אינעם טרײַבל: „האָסטו זיך שוין געטראָפֿן מיט ווייס?‟ סוף־כּל־סוף, האָט מען אונדז אַרויסגעלאָזט.
און ווי אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן אײַער לעבן אין ישׂראל?
איצט קאָן איך זאָגן, אַז אַלץ האָט זיך אײַנגעגעבן. מיר זײַנען געקומען אַהער אין מײַ 1977, און אין סעפּטעמבער האָב איך שוין אָנגעהויבן אַרבעטן. מיר זײַנען געקומען גלײַך קיין באר־שבֿע; אַהער האָט אונדז פֿאַרבעטן מײַן אַלטער פֿרײַנד, דער פֿידלער גאָדיע יעשאַנאָוו, און איך האָב אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער אָרטיקער מוזיק־שול. מײַן פֿרוי האָט באַקומען אַ גוטע אַרבעט לויט איר פֿאַך, אויף דער כעמישער פֿאַבריק, וווּ זי האָט גאָר נישט שלעכט פֿאַרדינט; יעדנפֿאַלס, מער פֿון מיר.
אין צוויי יאָר אַרום האָט מען מיך פֿאַרבעטן צו פֿירן לעקציעס אינעם לערער־סעמינאַר. אַפֿילו שוין זײַענדיק אַ פּענסיאָנירטער, האָב איך נאָך געאַרבעט ווי אַ לערער 10 יאָר. אויך מײַנע קינדער, צוויי זין, האָבן באַקומען דאָ אַ הויכע בילדונג און אַרבעטן אויף גוטע שטעלעס. זיי האָבן מיר געשענקט פֿינף אייניקלעך. איך האָב מײַנע זין צוגעטיילט אַ טיטול — „ספּעציאַליסטן פֿון פּראָדוצירן מיידעלעך‟. מיט איין וואָרט, מיר האָבן געמאַכט דאָ אַ שיין לעבן, און דאָס וויכטיקסטע: מיר האָב דאָ שטענדיק געפֿילט פֿרײַ אין אַ פֿרײַ לאַנד. אין אַ ייִדיש לאַנד.
און מײַן לעצטע פֿראַגע: זינט אײַער פֿאַרלאָזן מאָלדאַוויע, איצט מאָלדאָווע, זײַט איר אַמאָל צוריקגעפֿאָרן?
יאָ, אין 2001 האָב איך דאָס איינציקע מאָל באַזוכט קעשענעוו. מײַן רײַזע אַהין וועל איך נישט פֿאַרגעסן. כ‘האָב געפֿילט פֿון אַלע זײַטן אַ באַזונדערע וואַרעמקייט, אויפֿמערק, זאָרג, אַז די איינציקע וואָך, וואָס כ‘בין דאָרט געווען, איז דורכגעפֿלויגן, ווי אַ רגע…
צום סוף, וואָלט איך געוואָלט ווינטשן מײַן טײַערן פֿרײַנד ניסן שעכטמאַן געזונט, נחת פֿון קינדער און אייניקלעך, און ווי מע זאָגט בײַ אונדז — ביז הונדערט און צוואַנציק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.