דער באָקס־קלוב „פּרישטינאַ‟ געפֿינט זיך אויף אַ שמאָלער גאַס לעבן דעם פּאַרלאַמענט־בנין, אינעם סאַמע צענטער פֿון דער קאָסאָווער הויפּטשטאָט, פּריסטינע. קענגאיבער שטייט אַ פּאָפּולערער איטאַליענישער רעסטאָראַן, וואָס ציט כּסדר צו די יונגע טוריסטן פֿון מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע. דער טוריסטישער עולם, וואָס שפּאַצירט אַרום דער שטאָט אין סאַנדאַליעס, העלפֿט דעם קליינעם לאַנד אונטערצוהאַלטן די אָרטיקע עקאָנאָמיע. דער אָרטיקער עולם פֿאַרברענגט אויף דער זעלבער גאַס אין אַ פּשוטן באַר מיט אַ גאַלעריע.
אין פֿאַרגלײַך מיט די פּאָפּולערע רוישיקע ערטער, בלײַבט דער בנין פֿונעם באָקס־קלוב פֿאַרלאָזט און הפֿקרדיק. די ווענט זענען צעדראַפּעט און אָפּגעשיילט צוליב די ווינטן, רעגנס און דעם בכּבֿודיקן עלטער. די אָרטיקע ייִדן ווייסן, אַז פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך דאָרטן געפֿונען עפּעס אַ ייִדישער צענטער צי אַ ישיבֿה. אין דער אמתן, בלײַבט די מעשׂה אומקלאָר. די קאָסאָווער ייִדישע קהילה ווייסט אָבער נישט, צי מע וועט אַמאָל רעמאָנטירן דעם היסטאָרישן בנין, פֿאַרוואַנדלען אים אין אַ דענקמאָל. עס קאָן זײַן, אַז דאָס אַלטע הויז וועט סתּם צעשטערט ווערן און אָפּטרעטן דאָס אָרט פֿאַר נײַע בוי־פּראָיעקטן.
הײַנט וווינט אין קאָסאָוואָ בלויז אַ קנאַפּע צאָל ייִדן, וועלכע זענען אין די אומרויִקע 1990ער יאָרן אַנטלאָפֿן פֿון בעלגראַד. זיי טענהן אָבער, אַז דער בנין געהערט צו דער ייִדישער קהילה, און די אָרטיקע רעגירונג באַציט זיך ערנסט צו דער דאָזיקער טענה.
קאָסאָוואָ — דאָס נײַע לאַנד, וואָס שטרעבט זיך אַרײַנצופּאַסן אין מערבֿ־אייראָפּע, וויל דערמאָנער דער וועלט, אַז די קליינטשיקע אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם און האָט איבערגעלעבט דעם חורבן־שטורעם פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. 90 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג, וואָס באַטרעפֿט 1.8 מיליאָן נפֿשות, זענען מוסולמענער, דערפֿאַר זענען די קאָסאָווער אינסטאַנצן באַזונדערס ערנסט געשטימט אָפּצוהיטן דעם דאָזיקן געשטאַלט, צוליב די אָנגעצויגענע באַציִונגען צווישן ייִדן און מוסולמענער אין אַנדערע לענדער.
ייִדן האָבן געוווינט אין קאָסאָוואָ במשך פֿון הונדערטער יאָר; הײַנט איז די דאָזיקע געגנט געוואָרן דווקא דאָס נײַסטע אייראָפּעיִשע לאַנד. די פּיצל־קליינע גרופּע פֿון די לעצטע אָרטיקע ייִדן, בלויז אַ פּאָר צענדליק מענטשן, שפּילט נאָך אַלץ אַ געוויסע וויכטיקער ראָלע אין דער הײַנטיקער קאָסאָווער פּאָליטיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.