געוויינטלעך, ווען די חסידישע יונגע־לײַט פֿאַרלאָזן די פֿרומע וועלט, הערן זיי במילא אויף צו רעדן ייִדיש ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך — אָדער ווײַל דאָס לשון רופֿט אַרויס בײַ זיי נעגאַטיווע זכרונות, אָדער ווײַל זיי האַלטן, אַז ס׳איז צו שווער זיך אויסצודריקן אויף ייִדיש אין אַ געזעלשאַפֿט, וווּ אַלץ ווערט געפֿירט אויף ענגליש.
אָבער ווען רבֿקה קאַראַסיק, אַ געוועזענע ליובאַוויטשער, עסט פֿרישטיק מיט אירע צוויי ייִנגעלעך, יאָהאַן און אליעזר, אָדער ווען זי גייט מיט זיי שפּאַצירן אינעם ברוקלינער באָטאַנישן גאָרטן, איז דער גאַנצער שמועס אויף ייִדיש. זי קויפֿט זיי ייִדישע קינדערביכלעך פֿון אַלע מינים — די סאַטמערער „אַוואַנטורעס‟ פֿון פֿרומע קינדערלעך; שלום בערגערס איבערזעצונגען פֿון באַרימטע ענגלישע ביכלעך ווי ד״ר סוס׳ „די קאַץ דער פּאַיאַץ‟, און קינדער־מעשׂהלעך פֿונעם ייִדישן שרײַבער איציק קיפּניס.
רבֿקהס מאַן, האַנס, איז נישט קיין ייִד, אָבער שטיצט אין גאַנצן איר באַשלוס צו רעדן ייִדיש מיט די קינדער, ווײַל ער איז מסכּים, אַז די קינדער דאַרפֿן אָנהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט זייערע וואָרצלען.
און קאַראַסיקס וואָרצלען זענען טאַקע חשובֿע: איר עלטער־עלטער זיידע אליעזר קאַראַסיק האָט געשריבן וויכטיקע ספֿרים, און איר טאַטע האָט געזעצט די זײַטן פֿונעם זשורנאַל „שמועסן מיט קינדער‟, נאָך דעם ווי דער ליובאַוויטשער רבי אַליין האָט איבערגעלייענט דעם כּתבֿ־יד. טאַקע צוליב דעם שם פֿון איר פֿאַמיליע, זענען אירע לערערינס און חבֿרטעס געווען אַזוי דערשטוינט, ווען רבֿקה האָט, אָנהייבנדיק פֿון 12 יאָר, אָנגעהויבן שטעלן „צו פֿיל‟ פֿראַגעס אין קלאַס וועגן דער „הייליקייט‟ פֿונעם ליובאַוויטשער רבין.
אָנגעהויבן האָט זיך עס נאָך דעם ווי רבֿקה האָט געשיקט דעם רבין אַ בריוו, בעטנדיק אַ ברכה לכּבֿוד איר ווערן אַ בת־מיצווה. קיין ענטפֿער האָט זי נישט באַקומען, האָט מען איר דערקלערט, אַז מסתּמא איז איר בריוו צון אים, אָדער זײַנער צו איר, פֿאַרלוירן געגאַנגען.
„כ׳האָב אָנגעהויבן טראַכטן: אויב דער רבי איז טאַקע אַזוי הייליק, און ווייסט אַלץ פֿון פֿריִער, טאָ פֿאַר וואָס האָט ער ניט געוווּסט וועגן מײַן בריוו?‟ האָט רבֿקה געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. נאָך דעם האָבן אָנגעהויבן וואַקסן אַנדערע ספֿקות. זעענדיק ווי די פֿרויען אין שיל שטופּן זיך צו כאַפּן אַ בליק אויפֿן רבין, האָט זי געקלערט: אויב מע גייט אין שיל צו דאַווענען, פֿאַר וואָס דאַרף דער רבי דינען ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן אונדז און גאָט?
איין מאָל האָט זי אין קלאַס אַפֿילו דערקלערט, אַז עס זעט אויס ווי 770 (דער הויפּט־קוואַרטיר פֿון חב״ד, אויף איסטערן פּאַרקוויי, ברוקלין) איז ממש עבֿודה־זרה, ווײַל מע „דינט‟ דעם רבין.
„די לערערין און די תּלמידים האָבן נישט געגלייבט, אַז איך זאָג אַזוינע זאַכן, און מײַנע חבֿרטעס האָבן מיך גערופֿן אַן אָנרייצער,‟ האָט רבֿקה געזאָגט. „בײַ זיי איז נישט געווען מעגלעך, אַז אַ מיידל פֿון אַזאַ גזע (ייִחוס) זאָל ערנסט פֿרעגן אַזוינע קשיות.‟
בײַ רבֿקהן זענען די קשיות אָבער געווען זייער ערנסטע, און אַ סך מאָל פֿלעגט זי אַנטשלאָפֿן ווערן, וויינענדיק.
אויך אַנדערע זאַכן האָבן זי געשטערט: פֿאַר וואָס מאַכט איר ברודער קידוש פֿאַר דער משפּחה, און זי — נישט? פֿאַר וואָס קען זי נישט לערנען גמרא? פֿאַר וואָס קענען בחורים גיין אויף מבֿצעים (קירובֿ־קאַמפּאַניעס, ווי, למשל, ווײַזן אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו לייגן תּפֿילין) אָבער מיידלעך — נישט? ווען זי איז געווען 14 יאָר אַלט, האָט אַן עלטער מיידל, וויסנדיק וועגן אירע טענות, זי געפֿרעגט, צי זי וואָלט געוואָלט פֿאָרן אויף אַ מבֿצע אין קאַליפֿאָרניע, און רבֿקה האָט זיך דערפֿרייט. אירע טאַטע־מאַמע האָבן אָבער נישט געוואָלט באַצאָלן דערפֿאַר, איז זי שיִער נישט געבליבן אין דער היים, ביז אין דער לעצטער מינוט האָט מען איר געקלונגען, אַז מע וועט שוין באַצאָלן פֿאַר איר. „מײַן מבֿצע איז געווען צו פּועלן בײַ ייִדן צו קויפֿן אַן אות פֿון אַ ספֿר־תּורה פֿאַר $1,‟ האָט רבֿקה געזאָגט.
אין דער מיטלשול האָט זי, סוף־כּל־סוף, געהאַט אַ געלעגנהייט צו לערנען אַן ערנסטן ספֿר, „תניא‟ (די מיסטישע פּרינציפּן פֿון חב״ד). זי האָט זיך געלערנט מיט אַזאַ פֿעיִקייט און התמדה, אַז אַפֿילו דער רבֿ האָט זי באַוווּנדערט. „דו האָסט אַ קאָפּ ווי אַ מאַן,‟ האָט ער געזאָגט.
„ווער ווייסט?‟ פֿרעגט רבֿקה איצט. „אפֿשר אויב מע וואָלט מיך געלאָזט אַ גאַנצן טאָג לערנען, וואָלט איך נאָך הײַנט געווען פֿרום…‟
צו 20 יאָר האָט רבֿקה, צוזאַמען מיט אַ גאַנצער חבֿרה בחורים מיט מיידלעך, וואָס זענען אויך געווען אומצופֿרידן מיט דער חסידישער וועלט, זיך באַזעצט אין לאָנג־אײַלאַנד סיטי, און זיך פֿאַרשריבן אין קאָלעדזש. „די בחורים זענען געגאַנגען אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אָבער מיר, מיידלעך, האָבן נישט געוואָלט אַרײַן אין חובֿות, האָבן מיר זיך געלערנט אין האָנטער־קאָלעדזש,‟ האָט רבֿקה געזאָגט. די יונגע לײַט האָבן אָפֿט פֿאַרבראַכט אין איינעם אין דער דירה, וווּ די מיידלעך האָבן געוווינט, אויף 888 מאָנטגאָנערי סטריט; געגעסן, געטרונקען, געשפּילט גיטאַר און געזונגען, אַרומגערינגלט מיט פֿלאַקערנדיקע ליכטלעך. שפּעטער איז דאָס אָרט באַקאַנט געוואָרן בײַ די אַנדערע ליובאַוויטשער „בעלי־שאלה‟ ווי, פּשוט, 888.
„פֿאַר אונדז איז עס געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס מיר פֿאַרברענגען אַזוי, בחורים מיט מיידלעך צוזאַמען, נישט מיט משפּחה,‟ האָט באַמערקט ברוך טאַלער, איינער פֿון די בחורים פֿון יענער חבֿרה, וועלכע אַרבעט הײַנט ווי אַ שרײַבער פֿאַר קינאָ־פֿילמען.
נישט האָבנדיק קיין פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון איר משפּחה, האָט רבֿקה צו 21 יאָר אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ קעלנערין אין אַ רעסטאָראַן אינעם „אָפּער איסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן. איין פֿרײַטיק אין אָוונט בײַ דער אַרבעט, האָט זי דערהערט ווי צוויי קונים זיצן און שמועסן אויף ייִדיש. ס׳איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס זי האָט געהערט אַזוינס בײַ נישט־פֿרומע. זי איז צוגעגאַנגען צו זייער טיש און מיט אַ שמייכל געזאָגט: „גוט שבת!‟ זיי האָבן פֿאַרפֿירט מיט איר אַ שמועס אויף ייִדיש, און זענען געווען פּונקט אַזוי פֿאַרכאַפּט פֿון איר געשיכטע, ווי זי פֿון זייערער.
די צוויי קונים זענען געווען דער באַקאַנטער ייִדיש־לערער פּסח פֿישמאַן ע״ה און זײַן תּלמיד, מיכל ספּודיטש, אַ מוזיקער.
זינט דעמאָלט אָן האָט רבֿקה אויסגעלעבט אַ וועלט, געקלעטערט מיטן רוקזאַק איבער די בערג פֿון אייראָפּע און דרום־אַזיע, און שפּעטער זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין קונסט. טאַקע בעתן אַרבעטן אויף אַ קונסט־פּראָיעקט מיט האַנס, האָבן זיי זיך פֿאַרליבט און אין קורצן חתונה געהאַט, אויף זייער אייגענעם שטייגער: אין וואַלד, מיט אַ קליינער גרופּע פֿרײַנד און קרובֿים, וווּ זיי האָבן דעקלאַמירט אַליין־געשאַפֿענע שבֿועות איינער צום צווייטן, און צום סוף, האָט איינער פֿון די געסט אַרויסגעשאָסן פֿײַערווערק אין הימל. זייערע חתונה־רינגלעך זענען אויך זייער אָריגינעל: אַזאַ מין „לעגאָ‟־ווערק, אין וועלכן זײַן רינגל און אירס ווערן צונויפֿגעטשעפּעט, ווען זיי רירן זיך אָן.
הגם רבֿקה איז איצט געווען זייער צופֿרידן מיט איר פֿראַנק־און־פֿרײַען קינסטלערישן לעבן־שטייגער, האָט זי, נאָכן האָבן איר ערשט קינד, אָנגעהויבן קלערן וועגן רעדן כאָטש אַ ביסל ייִדיש מיט אים, כּדי אָנצוקניפּן בײַ אים אַ באַציִונג צו איר ייִדישער קולטור־ירושה. „צו ערשט, האָב איך גערעדט סײַ ייִדיש, סײַ ענגליש מיט יאָהאַן, אָבער ווען איך האָב געהערט, אַז זײַנע ערשטע ווערטער זענען בלויז אויף ענגליש, בין איך אין גאַנצן אַריבער אויף ייִדיש.‟
רבֿקה האָט פֿאַרשטאַנען, אַז זי וועט מוזן געפֿינען אַ ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה פֿאַר אירע קינדער, מחוץ דער חסידישער וועלט, האָט זי זיך געוואָנדן צו אַן אַלטן חבֿר, אויך אַ געוועזענער חסיד, וועלכער האָט קאָנטאַקטן אין דער ייִדיש־וועלט, און ער האָט איר פֿאָרגעלייגט מיטצוברענגען די קינדער אויף אַן אונטערנעמונג אין שלום־עליכם־צענטער אין בראָנקס. האָט זי זיי געבראַכט צו אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם בויכרעדער יונתן געפֿנער, און מיט אַ מאָל האָט יאָהאַן אויסגעשריגן: „ער רעדט ייִדיש!‟ דער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿון יאָהאַנס קאָמענטאַר, און זינט דעמאָלט האָט רבֿקה זיך באַמיט אַלץ מער צו ווערן אַ טייל פֿון דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה.
הײַנט איז זי אַ גוטער פֿרײַנד מיט ד״ר הערשל און גאָשאַ גלעזער, וועלכע דערציִען אויך זייער קינד, סענדער, אויף ייִדיש, און די דרײַ ייִנגעלעך שפּילן זיך טאַקע זייער שיין אויף ייִדיש. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט רבֿקה, צום ערשטן מאָל, געבראַכט אירע ייִנגלעך אויף דער ייִדיש־וואָך פֿון „יוגנטרוף‟ אין רײַסטערסטאַון, מערילאַנד, וווּ זיי האָבן זיך באַקענט מיט צענדליקער אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קינדערלעך, און וווּ רבֿקה האָט אַליין אָנגעקניפּט אַ חבֿרשאַפֿט מיט אַנדערע טאַטעס און מאַמעס, וואָס דערציִען די קינדער אויף ייִדיש.
טאַלער, איר גוטער חבֿר פֿון די יאָרן אין 888, זאָגט, אַז ס׳איז אים דווקא נישט קיין חידוש, וואָס רבֿקה רעדט הײַנט ייִדיש מיט אירע קינדער, ווײַל אַפֿילו במשך פֿון יענע אָוונטן מיט די חבֿרה, פֿלעגט זי מיט האַרץ אויסזינגען די ייִדישע חסידישע לידער ווי „קול ביער‟, וואָס הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: „אַ געשריי, אַ געוואַלד און אַ גערודער — אַ טאַטע אין וואַלד זוכט זײַנע קינדער…‟
רבֿקה זאָגט, אַז זי באַמיט זיך, ווי ווײַט מעגלעך, זיך אויסצולערנען די ייִדישע טערמינען פֿון זאַכן, וואָס אין דער חסידישער וועלט וואָלט מען פּשוט געזאָגט אויף ענגליש, און יאָהאַן האָט שטאַרק הנאה, ווען זי און ער בלעטערן דורך זייערע 3־4 ייִדישע ווערטערביכער. „פֿריִער האָב איך געמיינט, אַז איך קען ייִדיש, אָבער איצט האָב איך שוין דערגרייכט די מדרגה, וווּ איך ווייס וויפֿל איך קען נישט.‟
בײַ אַנדערע אין די אויגן, אַפֿילו אין דער חסידישער וועלט, איז אָבער קלאָר, אַז רבֿקהס קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש איז זייער אַ גוטע. בעתן אײַנקויפֿן קינדערביכלעך לעצטנס מיט אירע קינדער אין „אײַכלערס‟, אין באָראָ־פּאַרק, האָט דער אייגנטימער, אַ ייִד מיט באָרד און פּאות, געמורמלט: „רעדסט אַ בעסער ייִדיש פֿון מיר.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.