לויט אַ נײַעם אויספֿרעג, זענען דרײַ פֿערטל פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן און כּמעט צוויי דריטל פֿון די ישׂראלדיקע אַראַבער וואָלטן נישט חתונה געהאַט מיט אַ פֿאָרשטייער פֿון אַן אַנדער רעליגיע. דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 19טן און 20סטן אויגוסט דורך דער צײַטונג „האָרץ‟ און דער פֿירמע „דיאַלאָג‟.
די שטאַרקסטע אָפּאָזיציע קעגן געמישטע חתונות איז פֿאַרשפּרייט צווישן די חרדים; 95 פּראָצענט פֿון זיי זענען געשטימט שטאַרק קעגן אינטימע באַציִונגען מיט נישט־ייִדן. 88 פּראָצענט פֿון די סתּם טראַדיציאָנעלע גלייביקע ייִדן האַלטן אויך אַזוי. די צאָל וועלטלעכע ייִדישע קעגנער פֿון צווישן־רעליגיעזע באַציִונגען באַטרעפֿט אין ישׂראל 64 פּראָצענט.
71 פּראָצענט פֿון די מוסולמענישע אַראַבער אין ישׂראל זענען אויך געשטימט קעגן די באַציִונגען מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע רעליגיעס. די קריסטלעכע אַראַבער זענען מערקווירדיק ווייניקער קאָנסערוואַטיוו אינעם דאָזיקן געביט; בלויז בערך אַ העלפֿט פֿון זיי זענען אומצופֿרידן מיט געמישטע פּאָרפֿעלקער.
דער אויספֿרעג האָט אויך געוויזן, אַז אַ סך ישׂראלדיקע ייִדן — סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע — באַציִען זיך מער נעגאַטיוו צו חתונות צווישן זייערע קרובֿים און אַראַבער, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נישט־ייִדן. בלויז יעדער דריטער וועלטלעכער ייִד אין ישׂראל וואָלטן זיך קעגנגעשטעלט, אויב עמעצער אין זײַן משפּחה וואָלט חתונה געהאַט מיט אַן אַמעריקאַנער אָדער אייראָפּעיִשן קריסט. ס׳רובֿ וועלטלעכע ייִדן וואָלט אָבער נישט געוואָלט, אַז זייערע קרובֿים זאָלן חתונה האָבן מיט אַן אַראַבער; 72 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל האַלטן אַזוי.
די אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַציִען זיך מערקווירדיק רויִקער צו געמישטע חתונות, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע שיכטן פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. מער ווי אַ העלפֿט פֿון זיי וואָלטן, לכתּחילה, נישט געוואָלט האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט נישט־ייִדן, אָבער אויב עמעצער פֿאַרליבט זיך — איז די מעשׂה אַנדערש; בלויז 35 פּראָצענט וואָלטן געפֿאָדערט פֿון מאַן אָדער פֿרוי זיך מגייר צו זײַן אין אַזאַ פֿאַל פֿאַר דער חתונה.
צוויי דריטל פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן גלייבן, אַז געמישטע חתונות איז אַ גלאָבאַלע סכּנה פֿאַר ייִדן; איין דריטל מיינט, אַז ס׳איז אויך אַן ערנסטע פּראָבלעם אין ישׂראל. דער אויספֿרעג האָט אַרומגענומען 505 מענטשן; די ציפֿערן זענען פּינקטלעך אויף פּלוס־מינוס 4.4 פּראָצענט. אַ דעמאָנסטראַציע לטובֿת דער חתונה פֿון מאַכמוד מאַנסור און מורל מלכּה, אַ ייִדיש־מוסולמעניש פּאָרפֿאָלק, דעם 17טן אויגוסט
Flash 90
דרײַ פֿערטל ישׂראלים קעגן געמישטע חתונות
לויט אַ נײַעם אויספֿרעג, זענען דרײַ פֿערטל פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן און כּמעט צוויי דריטל פֿון די ישׂראלדיקע אַראַבער וואָלטן נישט חתונה געהאַט מיט אַ פֿאָרשטייער פֿון אַן אַנדער רעליגיע. דער אויספֿרעג איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 19טן און 20סטן אויגוסט דורך דער צײַטונג „האָרץ‟ און דער פֿירמע „דיאַלאָג‟.
די שטאַרקסטע אָפּאָזיציע קעגן געמישטע חתונות איז פֿאַרשפּרייט צווישן די חרדים; 95 פּראָצענט פֿון זיי זענען געשטימט שטאַרק קעגן אינטימע באַציִונגען מיט נישט־ייִדן. 88 פּראָצענט פֿון די סתּם טראַדיציאָנעלע גלייביקע ייִדן האַלטן אויך אַזוי. די צאָל וועלטלעכע ייִדישע קעגנער פֿון צווישן־רעליגיעזע באַציִונגען באַטרעפֿט אין ישׂראל 64 פּראָצענט.
71 פּראָצענט פֿון די מוסולמענישע אַראַבער אין ישׂראל זענען אויך געשטימט קעגן די באַציִונגען מיט די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע רעליגיעס. די קריסטלעכע אַראַבער זענען מערקווירדיק ווייניקער קאָנסערוואַטיוו אינעם דאָזיקן געביט; בלויז בערך אַ העלפֿט פֿון זיי זענען אומצופֿרידן מיט געמישטע פּאָרפֿעלקער.
דער אויספֿרעג האָט אויך געוויזן, אַז אַ סך ישׂראלדיקע ייִדן — סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע — באַציִען זיך מער נעגאַטיוו צו חתונות צווישן זייערע קרובֿים און אַראַבער, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נישט־ייִדן. בלויז יעדער דריטער וועלטלעכער ייִד אין ישׂראל וואָלטן זיך קעגנגעשטעלט, אויב עמעצער אין זײַן משפּחה וואָלט חתונה געהאַט מיט אַן אַמעריקאַנער אָדער אייראָפּעיִשן קריסט. ס׳רובֿ וועלטלעכע ייִדן וואָלט אָבער נישט געוואָלט, אַז זייערע קרובֿים זאָלן חתונה האָבן מיט אַן אַראַבער; 72 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל האַלטן אַזוי.
די אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד באַציִען זיך מערקווירדיק רויִקער צו געמישטע חתונות, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע שיכטן פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג. מער ווי אַ העלפֿט פֿון זיי וואָלטן, לכתּחילה, נישט געוואָלט האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט נישט־ייִדן, אָבער אויב עמעצער פֿאַרליבט זיך — איז די מעשׂה אַנדערש; בלויז 35 פּראָצענט וואָלטן געפֿאָדערט פֿון מאַן אָדער פֿרוי זיך מגייר צו זײַן אין אַזאַ פֿאַל פֿאַר דער חתונה.
צוויי דריטל פֿון די ישׂראלדיקע ייִדן גלייבן, אַז געמישטע חתונות איז אַ גלאָבאַלע סכּנה פֿאַר ייִדן; איין דריטל מיינט, אַז ס׳איז אויך אַן ערנסטע פּראָבלעם אין ישׂראל. דער אויספֿרעג האָט אַרומגענומען 505 מענטשן; די ציפֿערן זענען פּינקטלעך אויף פּלוס־מינוס 4.4 פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.