די פֿעיִקייט אײַנצושלינגען אַ שווערד איז אַ חידושדיקע קונץ, וואָס שאָקירט און אַנטציקט די צוקוקער. אײַליז קאַרטער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלע ניו־יאָרקער שווערד־שלינגערין, וועלכע טרעט אויף אונטערן נאָמען Lady Aye, האָט דערקלערט, אַז פֿאַר איר איז דער וויכטיקסטער אַספּעקט פֿונעם דאָזיקן ספּעקטאַקל נישט צו שאָקירן, נאָר האַלטן דעם עולם פֿאַרשטאַרט.
דאָס עצם־אײַנשלינגען פֿאַרנעמט בלויז עטלעכע סעקונדעס; בעת אירע אויפֿטריטן, פּרוּווט קאַרטער צו פֿאַרבינדן זיך עמאָציאָנעל מיט די צוקוקער און צו שאַפֿן אַ שפּאַנענדיקע אַטמאָספֿער, צוליב וועלכער די קונץ ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ זעלטן פּערזענלעך איבערלעבעניש.
ווען קאַרטער הייבט אָן אירע אויפֿטריטן, דערקלערט זי, אַז זי איז איינע פֿון די איינציקע פֿרויען, וואָס זענען מסוגל אײַנצושלינגען אַ שווערד. דען מייער, דער פּרעזידענט פֿון דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון שווערד־שלינגער‟, האָט דערקלערט, אַז דאָס איז טאַקע אמת. ס׳רובֿ מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזאַ זעלטענעם און פּאָטענציעל טויט־סכּנותדיקער קונץ זענען מענער; בלויז בערך 15 פּראָצענט פּראָפֿעסיאָנעלע שווערד־שלינגער זענען פֿרויען.
אויף וויפֿל מיר האָט זיך אײַנגעגעבן אויסצוגעפֿינען, איז קאַרטער די איינציקע ייִדישע פֿרוי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט שווערד־שלינגערײַ, הגם ס׳איז שווער צו באַשטימען גענוי די אינפֿאָרמאַציע וועגן די פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער אויסטערלישער פּראָפֿעסיע.
די שווערד־שלינגערין איז דערצויגן געוואָרן אין אַ „בעל־הבתּישער ייִדישער משפּחה‟, אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. אַ סך אירע קרובֿים זענען דאָקטוירים. קאַרטער האָט איבערגעגעבן, אַז במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט האָט זי זיך געפֿילט אומצופֿרידן מיט איר גוף; איצט, ווען זי האָט זיך אויסגעלערנט איר פֿאַך, אַ רעזולטאַט פֿון אַ שטרענגער אינערלעכער דיסציפּלין, שטאָלצירט זי מיט אירע פֿיזישע פֿעיִקייטן.
קאַרטער האָט נישט געוואָלט רעדן צופֿיל וועגן דעם, ווי אַזוי פּינקטלעך זי האָט זיך אויסגעלערנט אײַנצושלינגען אַ שווערד. די פּרטים פֿון דער קונץ־פֿאַך בלײַבן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער סוד. זי האָט בלויז דערציילט, אַז בעת אַ נסיעה קיין טאַמפּאַ, פֿלאָרידע, האָט זי זיך קאָנסולטירט מיט צוויי קענער פֿון דער חכמה: וואָרד האָל, באַקאַנט ווי „דער קיניג פֿון שווערדן‟, און זײַן שותּף סי. עם. קרײַטס. ווען זי האָט זיך אומגעקערט אַהיים, איז זי במשך פֿון עטלעכע חדשים געבליבן שטאַרק איבערגעשראָקן.
אין אונדזער שמועס, האָט די פֿאָרשטייערין פֿון דער זעלטענער פֿאַך דערקלערט, אַז זי האָט בכּיוון געשאַפֿן דעם אימאַזש פֿון „ליידי איי‟, כּדי אויסצודריקן אירע חלומות וועגן זיך אַליין. זײַענדיק אַ ביסל שעמעוודיקע, האָט זי געוואָלט אויסזען אויף דער בינע ווי אַן אמתע גיבורטע. נאָך מײַן פֿילמירן קאַרטערס קונץ בעת אַ בורלעסק־אויפֿטריט אין קאָני־אײַלענד, בין איך אָבער נישט זיכער, אַז צווישן איר סצענישן פּערסאָנאַזש און דער אמתער פּערזענלעכקייט איז טאַקע פֿאַראַן אַזאַ גרויסער חילוק. קוקט דעם ווידעאָ און באַטראַכט עס אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.