(די 2 טע זײַט פֿון 2)
יעדעס יאָר אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ קומען געסט, וואָס זענען שוין געקומען צענדליקער מאָל און קומען יאָר־אײַן יאָר־אויס. די אָפֿטע געסט חבֿרן זיך און שאַפֿן אַ קהילה. איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט צוויי פֿון אַזעלכע ייִדיש־וואָכניקעס, טײַבל ערלעך יעלען און איר מאַן, חיים יעלען.
פֿאָרווערטס: איז, ווי הייסט איר?
טײַבל: איך הייס טײַבל ערלעך.
חיים: און איך הייס חיים יעלען. מיר זענען פֿון שיקאַגע. און מיר קומען שוין דאָ צו „יוגנטרוף‟, צו „ייִדיש־וואָך‟, אפֿשר 22 יאָר. יאָ?
טײַבל: נאָך מער. 24 יאָר.
פֿאָרווערטס: 24 יאָר שוין!
טײַבל: מיר זענען ערשט געקומען צוליב דעם, וואָס מיר האָבן גערעדט ייִדיש אין דער היים מיט אונדזער טאָכטער און זי האָט ניט געהאַט אַנדערע קינדער מיט וועמען צו רעדן ייִדיש. און דאָס איז געווען אַ גוטן אופֿן פֿאַר איר. זי האָט זיך באַקאַנט דאָ מיט פֿיר אַנדערע מיידלעך אין איר עלטער. און זיי האָבן גערעדט ייִדיש צוזאַמען און אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען.
חיים: און מײַן טאָכטער, אונדזער טאָכטער איז איצט 26 און אַלע האָבן שוין פֿאַרענדיקט דעם אוניווערסיטעט, גוטע אוניווערסיטעטן. די טאָכטער איצט רעדט זייער גוט ייִדיש. און זי וויל וווינען אין ניו־יאָרק. און ס׳איז געווען זייער מאָדנע, אַז אין שיקאַגע האָט מען ניט געקענט געפֿינען אַן אַנדערע משפּחה וואָס האָט געהאַט אַ קינד אין אירע יאָרן, וואָס האָט גערעדט ייִדיש. און מיר ווייסן, אַז די חסידים רעדן ייִדיש אָבער אונדז, מיר זענען ניט קיין חסידים. און מיר זענען שוין דאָ אַ סך יאָרן.
פֿאָרווערטס: און וואָס איז אײַער באַליבטסטע זאַך וועגן דער „ייִדיש־וואָך‟?
טײַבל: איך האָב ליב די יאָגאַ־קלאַסן. איך שפּאַן זיך אָפּ מיט דעם. און איך פֿאַרשטאַרק מײַנע מוסקלען.
חיים: איך האָב ליב צו רעדן מיט מענטשן. איך האָב ליב צו זען, ווער קומט דאָ. ס׳איז אַ זייער שיינע זאַך צו זען מענטשן פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר האָבן געהאַט מענטשן פֿון אורוגווײַ, פֿון בראַזיל, אַרגענטינע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, פּוילן, רוסלאַנד, יאַפּאַן.
טײַבל: שוועדן.
חיים: שוועדן. יאַפּאַן. און ס׳איז גוט וואָס מיר רעדן אַלע ייִדיש. אַנדערע אויסדריקן. ס׳איז דאָ די, וואָס רעדן אַ פּויליש־ייִדיש, ס׳איז דאָ אַנדערע וואָס רעדן ליטוויש ייִדיש. און פֿאַר אונדז איז זייער אײַנגענעמען דאָס צו זען. אויכעט ס׳איז דאָ אַ סך ניט־ייִדן, וואָס לערנען זיך ייִדיש. זיי ווילן וויסן פֿון אונדזער פֿאָלק. ס׳איז זייער אינטערעסאַנט דאָ צו קומען. וווּ נאָך קען מען דאָס טאָן?
פֿאָרווערטס: יאָ.
חיים: וווּ נאָך קען מען דאָס טאָן? איך האָב ערשט גערעדט מיט אַ פֿרוי, וואָס איז אַ סטודענטין פֿון פּוילן. זי לערנט ייִדיש. וווּ? אין דײַטשלאַנד. ס׳איז אַ זייער אינטערעסאַנט אָרט. און הײַיאָר איז דאָס 50סטע יאָר פֿון דעם. 50 יאָר „יוגנטרוף‟. און דאָס איז, מיר קענען זאָגן, אַז מיר זענען געקומען כּמעט האַלב־וועג. אַ האַלב פֿון די יאָרן.
פֿאָרווערטס: אַ שיינעם דאַנק.
חיים: נישטאָ פֿאַרוואָס. אַ דאַנק אײַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.