ניט לאַנג צוריק איז געוואָרן 20 יאָר זינט אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ איז געוואָרן דער פּרעזידענט פֿון ווײַסרוסלאַנד. פֿאַר לוקאַשענקאָ האָט מען פֿאַרשיידענע נעמען. אויף רוסיש צי ווײַסרוסיש, רופֿט מען אים אָפֿט מאָל „באַטקאַ‟, וואָס מיינט „טאַטע‟, בעת אין דער מערבֿדיקער וועלט איז ער מער באַקאַנט ווי „דער לעצטער דיקטאַטאָר אין אייראָפּע‟.
אַזוי צי אַזוי זעט מען ניט דערווײַל, עס זאָל עמעצער פֿאַרבײַטן אים בײַם רודער פֿון דער מדינה, וווּ ער האָט אַ שטיצע מצד אַ גרויסן טייל פֿון דער 9.5־מיליאָניקער באַפֿעלקערונג. ווי עס ווײַזט אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט דורך אַן אומאָפּהענגיקער מערבֿדיקער אָרגאַניזאַציע, איז דער פּרעזידענט איצט פּאָפּולער צווישן אַריבער 40 פּראָצענט ווײַסרוסן, וואָס איז קאָנטיק העכער איידער סוף 2013.
די סיבה פֿון אַזאַ וואַקסנדיקער פּאָפּולערקייט האָט ווייניק צו טאָן מיט דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין דער עקאָנאָמיע צי אַנדערע געביטן פֿונעם ווײַסרוסישן לעבן. די הויפּט-סיבה איז גאָר אַן אַנדערע, דהײַנו: אוקראַיִנע. די טראַגישע געשעענישן, וועלכע קומען פֿאָר גאָר בשכנות, שרעקן די ווײַסרוסן און ממילא פֿילן זייערע הערצער אָן מיט ליבשאַפֿט צי, לכל-הפּחות, דרך-ארץ צום עקסצענטרישן פּרעזידענט זייערן. לוקאַשענקאָ סימבאָליזירט מיט זיך סטאַבילקייט, ער היט אָפּ אַ סך סימנים פֿון דעם סאָוועטישן לעבן און בלאָקירט דערמיט די אַנטוויקלונג פֿון מאַרק-עקאָנאָמיע. אָבער גלײַכצײַטיק מיינט עס פֿאַרן ברייטן עולם רויִקייט און אַפֿילו ציכטיקייט. יאָ, טאַקע וועגן ציכטיקייט רעדן אָפֿט מאָל די מענטשן, וועלכע קומען פֿון ווײַסרוסלאַנד, און אויך וועגן די גוטע וועגן דאָרט.
אין אינטערנעץ קען מען געפֿינען רעקלאַמעס פֿון עקאָלאָגישע וואַקאַציעס אין ווײַסרוסלאַנד. מע קען אַפֿילו וווינען בײַ אַ פֿאַרמער אין שטוב, מעלקן מיט זיי אַ קו, עסן געזונטע אַכילות. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט לעצטנס פֿאַרבראַכט אַ פּאָר וואָכן אין ווײַסרוסלאַנד, ערגעץ בײַ אַן אָזערע, און שרײַבט איצט פֿון מאָסקווע, וווּ זי וווינט, אַז זי איז פֿאַרבליבן גאַנץ צופֿרידן מיט אַזאַ וואַקאַציע. האָב איך שוין אַ טראַכט געטאָן, אַז ס‘איז אפֿשר כּדאַי צו פֿאָרן אויף אַ וואָך זיך אָפּרוען אין ווײַסרוסלאַנד (איך בין דאָרטן ניט געווען זינט 1987), און דערנאָך זיך אַרײַנכאַפּן אויף אַ וואָך קיין צפֿון-קאָרעע — מע רופֿט אַהין אויך טוריסטן.
אָבער רעדנדיק ערנסט, האָט די מלחמה אין אוקראַיִנע געביטן די שטימונג אין ווײַסרוסלאַנד. פֿון איין זײַט, קוקן די ווײַסרוסן אויף די געשעענישן מיט רוסישע אויגן, אַזוי ווי עס ווײַזט די רוסישע טעלעוויזיע. אין ווײַסרוסלאַנד גלייבט מען, בדרך-כּלל, דער מאָסקווער פּראָפּאַגאַנדע. פֿון אַן אַנדער זײַט, האָט עס, זעט אויס, אויך אָפּגעשטויסן די ווײַסרוסן פֿון רוסלאַנד. בעת אין די אַמאָליקע יאָרן האָבן ס׳רובֿ ווײַסרוסן געשטיצט אַ פֿאַראייניקונג מיט רוסלאַנד, האַלטן הײַנט אונטער דעם דאָזיקן געדאַנק ווייניקער ווי אַ פֿערטל ווײַסרוסן, און 54 פּראָצענט זײַנען גאָר קעגן דעם.
לוקאַשענקאָס פּאָליטיק באַשטייט אין דעם, וואָס ער פּרוּווט טאַנצן גלײַך אויף צוויי חתונות. ער זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון דער ראָלע פֿון וולאַדימיר פּוטינס אַ מקורבֿ, שרײַבט מיט אים אונטער כּלערליי אָפּמאַכן, וועלכע זײַנען נייטיק פֿאַר פּוטינען, ווײַל אַ דאַנק אַזעלכע לענדער ווי ווײַסרוסלאַנד און קאַזאַכסטאַן, זעט ער אויס ניט אַזוי שרעקלעך איזאָלירט אין דער וועלט. בפֿרט נאָך, אַז די פֿרײַנדשאַפֿט מיט רוסלאַנד ווערט גוט באַצאָלט. די עקאָנאָמיע פֿון ווײַסרוסלאַנד האַלט זיך, אין אַ גרויסער מאָס, אויף דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון רוסלאַנד — באַזונדערס, אַ דאַנק די ממשותדיק נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס רוסלאַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם הויפּט-מאַרק פֿאַרן ווײַסרוסישן עקספּאָרט.
גלײַכצײַטיק, פֿירט לוקאַשענקאָ כּלומרשט אַן אומאָפּהענגיקע פּאָליטיק, וואָס ער דעמאָנסטרירט זייער בולט לגבי אוקראַיִנע, צו וועלכער ער באַציט זיך, לכל-הפּחות בפֿרהסיא, ווי אַ גוטער ברודער, כאָטש אַריבער 63 פּראָצענט ווײַסרוסן זײַנען קעגנער פֿון דעם אוקראַיִנישן „מײַדאַן‟, און מער ווי אַ העלפֿט גלייבן, אַז די איצטיקע אוקראַיִנישע רעגירונג איז אַ פֿאַשיסטישע. לוקאַשענקאָ האָט, אָבער, ניט אונטערגעהאַלטן די סאַנקציעס פֿון דער רוסישער רעגירונג און פֿירט ווײַטער אַ נאָרמאַלן מיסחר מיט אוקראַיִנע. ער סטראַשעט זײַנע בירגער מיט טורמע, טאָמער זיי וועלן באַשליסן צו גיין קעמפֿן אין אוקראַיִנע, און וויל זײַן אַ שלום-מאַכער צווישן די שכנים.
עס זעט אויס, אַז ווײַסרוסלאַנד וועט שפּילן אַ באַזונדערס ממשותדיקע ראָלע אין דעם קלימאַט פֿון די סאַנקציעס, וועלכע פֿאַרמאַכן, לויט פּוטינס באַשלוס, דעם רוסישן מאַרק פֿאַר אַ סך מינים שפּײַז־פּראָדוקטן, וואָס פֿלעגן אָנקומען פֿון מערבֿ. אין דער רוסישער מעדיאַ איז הײַנט איינע פֿון די פּאָפּולערע טעמעס, ווי אַזוי ווײַסרוסלאַנד, וואָס האָט אַ פֿרײַען צוטריט צום רוסישן מאַרק, וועט פֿאַרדינען אויף אָט דער אויף-זיך-אַליין-אַרויפֿגעלייגטער בלאָקאַדע. כאַראַקטעריסטיש, אַז לוקאַשענקאָ האָט גלײַך צוגעזאָגט ניט צו פֿאַרמאַכן זײַן לאַנד פֿאַר די מערבֿדיקע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פּראָדוקטן. ווי אַ פּועל-יוצא חכמהט מען זיך, אַז אין רוסלאַנד וועט מען איצט עסן „ווײַסרוסישע באַנאַנען און אַנאַנאַסן — וועלכע וואַקסן, אַוודאי, ניט אין יענע מקומות…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.