דער חב״ד־צענטער אין נאַפּאַ־וואַלי, קאַליפֿאָרניע האָט געליטן אַ ממשותדיקן היזק, צוליב אַן ערד־ציטערניש, וואָס האָט דערגרייכט 6.1 איינס אויף דער „ריכטער־סקאַלע‟ זונטיק פֿאַרטאָג. די ערד־ציטערניש איז באַצייכנט געוואָרן ווי דער ערגסטער אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 25 יאָר, און דער קאַליפֿאָרניער גובערנאַטאָר, דזשערי בראַון, האָט טאַקע דערקלערט דעם ראַיאָן פֿאַר אַ „קאַטאַסטראָפֿע־זאָנע‟.
120 מענטשן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן, דרײַ פֿון זײ — ערנסט פֿאַרוווּנדיקט, אין דער טרייסלעניש, וואָס צוליב איר זענען אַראָפּגעפֿאַלן גרויסע שטיקער ציגל און בעטאָן פֿון היסטאָרישע בנינים. עס זענען אויך אויסגעבראָכן עטלעכע שׂריפֿות און ס׳רובֿ פֿונעם ראַיאָן איז מאָנטיק אין דער פֿרי געבליבן אָן עלעקטריע לויט די אָרטיקע הויכע באַאַמטע, קען מען אין בערך 15 בנינים בכלל נישט אַרײַנגיין, אָבער מע האָט שוין קאָנטראָלירט די שאָסייען און בריקן און דערקלערט, אַז מע קען אויף זיי פֿאָרן.
הרבֿ אלחנן טענענבוים, וועלכער פֿירט אָן מיטן חב״ד־הויז זינט 2006, האָט איבערגעגעבן דער חב״ד־וועבזײַט, אַז ער האָט געפֿונען צעבראָכן גלאָז און איבערגעקערטע מעבל אומעטום אינעם צענטער, פּונקט אַזוי ווי בײַ די הײַזער פֿון זײַנע שכנים.
טענענבוים דערציילט ווײַטער, אַז נאָכן ערד־ציטערניש, האָט ער געוואַרט אין דרויסן מיט זײַנע שכנים ביז די זון איז אויפֿגעגאַנגען, איידער ער איז ווידער אַרײַן אינעם חב״ד־צענטער, וואָס איז אויך זײַן רעזידענץ, כּדי צו דערגיין ווי גרויס ס׳איז דער היזק.
„כ׳בין געגאַנגען קאָנטראָלירן בײַ אַנדערע אײַנוווינער אין דער געגנט, און זיך דערוווּסט, אַז בײַ זיי איז דאָס זעלביקע,‟ האָט טענענבוים באַמערקט. „די הײַזער שטייען, אָבער אינעווייניק איז אַלץ חרובֿ געוואָרן. דאַנקען גאָט, דאָס איז געשען אין מיטן דער נאַכט, בעת מיר ליגן אין די בעטן. ס׳וואָלט, חלילה, געקאָנט טרעפֿן בעת מיר זיצן אין אַנדערע צימערן פֿונעם הויז, וווּ עס האָבן זיך איבערגעקערט גרויסע, שווערע שרענק.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.